צוקער / קאווע וואס האט נישט אנגערירט קיין חמץ, מעג נוצן פסח? (ס'איז א שאד ארויס צו ווארפן)
וואס איז מיטן קיבארד, מנהסתם איז דא חמץ אינסייד, אבער ס'גייט נישט ארויס, קען מען דאס מפקיר זיין (די חמץ) און פטור אן עסק?
אויב עס איז כשר לפסח מעג מען. און אויב נישט דארפסטו עס נישט ארויסווארפען קענסט עס פארקויפען. (די גרינגסטע איז אין שומר שבת ביי די גבאי).
די קיבארד דארף מען איבערדרייען און אויסשאקלען, און דערנאך מעג מען עס האבען אין פסח.
מען קען נאך יעצט ערגעץ פארקויפן די חמץ?
ביז ווען קען מען פארקויפן?
אויב האט מען פארגעסן צו פארקויפן, וואס טוט מען?
מען קען פארקויפן די חמץ אונליין?
תוקן על ידי - jewboy - 04/04/2004 22:31:23
וואס איז די חכמה אז מען לייגט אליינס די 10 שטיקלעך ברויט?
ווער וויל קומען לייגן ביי מיר די ברויטלעך?
לאקשן, פאטעיטע טשיפס, קארן טשיפס, ביר, בראנפן, מעג מען פארקויפן אין חמץ? :-)
גיב עס א ווארף אריין אין א טונקעלן צימער און זיך עס אויף דערנאך
די קומפיוטער דארף מען פארקויפען אין חמץ
לויט דיר דארף מען אויך לייגן זילבער פאפיר אויפן טוילעט סיט......
וואס חומרא׳סטע
די קומפיוטער פארקויפט מען נישט פאר קיין געלט אין דער וועלט .
וואס מיינסטו איך וועל אזוי שנעל אוועק געבן מיינע ( בערך 12.672) בילדער?
איך מיין אינטערנעט איז נישט קיין חמץ לכל הדיעות.
אפשר על פי שיטת מהר"ם והגר"א יא, גיי ווייס, זיי האבן שוין היינט נישט קיין דעה.
מען קען מסתמא כשר'ן די קומפיוטער "כבולעו כך פולטו"