עס איז ליידער נישט קיין נייע זאך אז ווען מען גייט קויפן אין א געשעפט און עס איז דא גרויסע ליינס אין די קליינע געשעפטן ווערט מען אנגעקלעבט מיט אלע מיני קליפות פון ביידע זייטן רח"ל.
עס קען אמאל זיין איינער א בחור / יונגערמאן / עלטערע יוד, וואס שטייט אין די ליין און פון ביידע זייטן איז דא די אנדערע צד פון מענער, און ניטאמאל שפירט מען ווי די קליפות ווערן אזוי איידעלרהייט אנגעקלעבט.
עס וואלט ווען כדאי געווען איינצופירן א שטיקל קאמניסטישע זאך אזוי ווי ס'איז דא אין טאהש.
וואס איז דא אין טאהש?
אין טאהש איז באוויסט אז ביי די פרעס געשעפטן איז דא צוויי ליינס איינס פאר די מענער און איינס פאר די ווייבער, די מעלה דערפון איז אז מ'ווערט נישט אנגעקלעבט פון זאכן וואס מ'וויל נישט.
איך רעד נישט דא פון מאנהעטן / קווינס / לאנג איילענד וכו', איך רעד דא פון די הייליגע שטאט וויליאמסבורג, וואס דארט האב איך עס צוגעזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן רח"ל, גרויסע ליינס ביי די פרעס געשעפטן וואס יעצט פאר פסח איז זייער ביזי דארט, און ה' ירחם וואס דארט גייט פאָר.
קען מיר איינער מזביר זיין פארוואס ס'איז נאכנישטא קיין קול קורא וועגן דעם?