1] ביי וועלכע בעקעריי קויפט איר אייער מצות?
2] וויפל צאלט איר א פונט / קילא?
3] וועלכע מצות מיינט איר איז די בעסטע?
1' 00000
2' 00000
3' קוממיות'ר מצה.
בארא פארק מצה בעקעריי - א אייגענע חבורה
$17 און $20 פאר רחיים ש"י
כנ"ל, פיין און פריש
אין מאנטריאל גייט יעצט אן א מלחמה כבידה צווישן די בעה"ב פין די מאנטריאלער מצה בעקעריי מיט א גרויסער דיסטריביוטער פין עסן.
דער פין די מצה בעקעריי האט לעצטנס געהאלפן איינעם עפענען א ביליגער גראסערי כדי צו קלאפן די מאנאפאל פין דער דיסטריביוטער. וואס טוט א איד, איז דער דעסטריביוטער ארויסגעקומען דא אויפן מארקעט מיט א אויסוואל פין ביליגע מצות. תפארת מצות (פין אוקריינא) פאר 10.00 , קוממיות פאר 12.00 אין בארא פארקער פאר 15.00
א רציחה וואס מ'טוט מיט די מצות.
איך האב געקוקט פרייזן איבעראל.
וויליאסמבורג
קרית יואל
שאץ
קערעסטיר
אלע זענען רוצחים!
15.00 דאלאר א פונט די ביליגסטע
ביז 17.00 די טייערסטע.
רציחה נוראה אויף וועמענס חשבון.
$17.99 א פונט "וויליאמסבורג מצות" אין די ביליגע גראסעריס
פון ווי נעמט זיך דער היתר צו בארויבן מענטשן.
פארוואס איז דא נישט דא קיין איחוד, שבת אחים, אדער עזרה לפסח גרופעס, וואס זאלן געבן ביליגערע מצות אזוי ווי מ'טוט ביי די אתרוגים.
און לאמיר נישט פארגעסן.
אתרוגים וואקסט אין איטאליע, און די פרייזן אן די אלע איחוד'ן אדער שבת אחימ'ס איז מאקסימום 150.00 אן אתרוג, האט מען עס געמאכט אויף 100 אדער 98.00.
א מורא'דיגע איינשפארונג...
א קיש אין פיסק פאר די עסקנים.
מצות, פאר א פאמיליע פון עטליכע חתונה קינדער און אייניקלעך מיט א שטוב מיט קינדער אינדערהיים, וואס דארפן מינימום 60 פונט
איז א בעטראג פון
איבער טויזענט דאלאר
מצות מאכט מען אליינס. מ'דארף נישט פארן קיין איטאליע, מ'דארף נישט זיין אין א האטעל, און מ'דארף עס נישט דורכפירן די קאסטומס.
עס איז א רויבעריי פון ערגסטן סארט!
אלע קהילות זענען אייניגע רויבער
און פון וואס מאכט מען שוין מצות?
פשוט, פון מעהל און וואסער...
Sorry, but yesterday thay sold Kiryas Joel Matzoos in Boro Park next to Shomrei Shabbos Shul for only $11.00 a pound..... Thanks to Gaved Kiryas yoel Shlit'a, who helps his people
ווערן די מצות נאר פארקויפט פאר חסידים פין קרית יואל'ע רב וואס וואינען אין בארא פארק אדער יעדער וואס קימט קויפן באקימט די פרייז פון $11
װאס װעט זײן װען די (drug dealers) דראָג דילערס װערן געװאיר פין די מצה פרײזן?
מַאריכאנא (marijuana) איז שוין הײנט ביליגער פין מצות, טא עס לוינט זיך בעסער צי האנדלן מיט מצות!
צוואנציג דאלער א פונט מצות האט מען מיר געבעטען.
זענען די פרייזען אויסגעהאלטען?
מען קען קויפן מצות פון אוקריינא מיט הכשרים פון גריוסע רבנים ווי הרב לנדא וכדומה פאר גאר ביליגע פרייזן ווי למשל 8$ א פונט (קוק וואו מיר זיינען געקומען אז 8$ הייסט ביליג פאר מעל מיט וואסער) עס איז אויך געשמאק