היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פאול: זאל די קליפ ועבסייט ווייטער אנגיין

פאול: זאל די קליפ ועבסייט ווייטער אנגיין

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #859430

Mench » 23/3/2004 07:15

אונזער אלעמען באליבטער דזשובוי האט געעפנט א וועבסייט פאר אינטערעסאנטע קליפס. זיין פלאן איז געווען דארט צו לייגן פארשידענע קליפס פון גרויסע טישן, חתונות און אנדערע רבישע פאסירונגען ביים היימישן ציבור.

עס קאסט 10 דאלאר א חודש אויפצוהאלטן די סייט, אבער דזשובוי האט זיך עס אונטערגענומען כדי צופרידנצושטעלן דעם עולם.

יעצט וויל ער אבער פארשפארן די וועבסייט ווייל דער עולם האט נאר קריטיק און קיינער זאגט נישט קיין גוט ווארט דערוועגן.

האב איך באשלאסן דורכצופירן אן אנקעטע (פּאול) צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן. זאל די וועבסייט ווייטער אנגיין אדער נישט? איז דער עולם צופרידן פון די סערוויס אדער נישט?

רופט אייך אן געשווינדער בעפאר עס איז צו שפעט.

Mench » 23/3/2004 07:17

איך פערזענליך בין זייער צופרידן פון די סערוויס. איך באדאנק מיך פאר דזשובוי'ס שטענדיגע געטרייע סערוויס פאר אונז און איך בעט פון דזשובוי ער זאל לאזן די סייט ווייטער גיין.

איך בין גרייט זיך משתתף צו זיין אין די פינאנציעלע הוצאות און איך שיק יעצט אריין א סכום פאר דזשובוי דורך פּעיפּאַל צו העלפן מיט די קאסטן פון די וועבסייט.

אבי_געזונט » 23/3/2004 07:38

100% צופרידען דערפון, אדרבה, דזשובוי, קיפ אן יור גרעיט ווארק!
איך זע נישט פארוואס זאל מען עפעס האבן קריטיק דערויף, מה נפשך, האסט עס ליב, זייער פיין, ענדזשוי עס, האסט עס נישט ליב דזשאסט איגנאר איט, אבער קריטיקירן? דאס פארשטיי איך נישט וואס עפעס קריטיק?!

worldwar » 23/3/2004 07:40

מאכן אויך גרעסערע קליפס פאר dsl users

קרןהתורה13 » 23/3/2004 09:00

די קליפס זענען מורא'דיג. נאר א שאד אזעלכע קורצע.
אויב טוישט מען עפעס ארום, זאל מען איינפירן גרעסערע קליפס, יראו עינינו וישמח לבנו ותגל נפשינו.

jewboy » 23/3/2004 09:43

מענטש:
שכויח פאר די געלט וואס די האסט מיר אריין געשיקט.

און פאר יעדן שכויח פאר די שכויח'ס.

וואס הייסט למשל גרעסערע קליפס?
פון ווי לאנג? נארמאל א קליפ איז פון 35 סקאָנדעס ביז 2.5 מינוט.
איך האב יעצט א קליפ פון רב הצעיר ד'באבוב (זונטאג נאכט) וואס איז אויך נישט מער ווי באלהייפיג 38 סקאנדעס.

איר דארפט פארשטיין אויך אז ווען מ'נעמט קליפס האט מען שטארק מורא פאר די מעמרי סטיק וואס ליגט אין די קעמרע ווייל אפשר וועט זיין באלד א גוטס וואס מ'וועט קענען מאכן א בילד, און מ'וועט נישט קענען וועגן די קליפ וואס מ'האט פריער גענומען.

shabbos_23 » 23/3/2004 16:17

Jewboy!
Keep up your good work! everybody enjoyes it! Thank you
I vote YES

krepel » 23/3/2004 18:18

definatly dont close it.jewboy your the man!!! keep up the great work. thanks a million

aush » 23/3/2004 18:50

ניין נישט פארמאכן בשו"א.נאר איך וואלט געוואלט האבן אן עצה, עס נעמט מיר זייער לאנג צו דאנלאדן, וויאזוי מאכט שנעלער???

shia550 » 23/3/2004 20:06

איך האב דערווייל נישט קיין DSL ממילא האב איך נאך נישט הנאה געהאט פונעם סייט
אבער ביז א פאר טאג האף איך צו האבען אין גיין אויף יענער סייט

בקשה צום הויכגעשעצטער JEWBOY
די אלע וואס די קוקסט און ווי קריטיק מיינען דאס נישט ח"ו
אדרבה זיי זוכען צו פארבעסערן וואס איז שייך כדי יענץ זאל ווערען א וועלטס סייט

רבי_יונה » 23/3/2004 21:59

יישר כוח מר. דזשבוי

report » 24/3/2004 01:04

a+++++
plz go on with the clpis

menchele » 24/3/2004 01:11

אָלוועיס דזשובוי, אָלוועיס דהי בעסט, אָל דהי טיים!

majyar718 » 24/3/2004 07:38

ישר כח
דזשובוי פארן מזכה זיין את הרבים

kunoee » 24/3/2004 08:44

what is the web address or link for the clip

איחודמעמבר » 24/3/2004 08:55

די קליפס זענען זייער גוט. איך האב אלעס יעצט דאונלאודעט. איך פארשטיי נישט וואסארא פראבלעמען מ'קען דערמיט האבן.

איך האב די אלע פיילס וואס עפענען זיך נישט אין ווינדאוס מידיא פלעיאר אדער אין ריעלוואן, געעפנט אין קוויקטיים (קודם געעפנט דעם פראגראם, און פון דארט געעפנט דעם פייל), און יעדע זאך האט געארבעט א מחי'.

48street » 24/3/2004 21:00

עס איז נישט קיין שום שאלה אז די מיזט אנהאלטן מיט די קליפס ביזט ממש מחי' מיך מיט מיין משפחה מיט מיינער גיטער פריינט חזק ואמץ א ברכה אויף דיין קאפ זיי ממשיך מיט נאך און נאך גיטער סחורה נאר אזוי ווי מען האט פריער דערמאנט אויב די קענסט ארויפלייגן לענגערע קליפס זעה וואס די קעסט טהון דערוועגן
יישר כח

געבראקס » 25/3/2004 05:26

איי עם אל די וועי פאר די קליפס

תיבהאישית » 25/3/2004 08:18

thank you jewboy!we are all the way for it keep it on please