היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מעמד רחיים של יד אין סאטמאר

מעמד רחיים של יד אין סאטמאר

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #852447

allnewspic » 18/3/2004 06:40


היינט איז פארגעקומען א גרויסע מעמד רחיים של יד אין ישיבה תו"י ד'סאטמאר אין קווינס בהשתתפות כל בחורי חמד פון די חשובע ישיבה און מגי"ש, ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ובנו אב"ד ור"מ ד'סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

און דער נאך האט סאטמאר רבי געזאגט דברי חיזוק פאר די בחורים, די בחורים האבן זיך זייער באדאנקט פארן רבי'ן פאר די ווארימע ווערטער.

די אויסלענדישע בחורים האבן געהאט א ספעשל זכיה זיך צו געזעגענען פרזענליך פונעם רבי'ן פאר זיי פארן אהיים אויף פסח צו זייערע עלטערן.

דער רבי שליט"א איז זייער נתפעל געווארן פון די איידעלע בחורי חמד און געגעבן ווארעמע ברכות פאר יעדן איינעם עקסטער.

די בחורים האבן ארויסבאגלייט דעם רבין שליט"א מיט א תפילה צום באשעפער אז מיר זאלן זוכה זיין אז אי"ה איבערס יאר זאל דער רבי שליט"א קומען נאכאמאל געזונטערהייט, אמן.

13Hooper » 19/3/2004 23:15

פארוואס איז דער רבי שליטא אזו נתפעל געווארן פון די איידעלע בחורי חמד ? איז דאס געווען א שאַק פאר עיהם?

Baachi » 20/3/2004 00:00

מעמד ריחיים של יד?

ווי פירט מען זיך אין סאטמאר ביי אזא מעמד

מנוצט אווייסן האן?

אדער ארץ ישראל ערד איז גענוג

ווער איז געווען דער סופר?

ווער האט געהאט די ערשטע הקפה?

וואס לייגט מען אונטער ביי כורעים?

דארף די הבדלות זיין געפלאכטן און אויך כשר לפסח?

ווער האט עולה געווען יקנה"ז?

ביוע שרייבן פרטים פון דעם גרויסן מעמד הנבחר


קאנדאהאר » 21/3/2004 03:26

דער גרוסער רעפארטער שרייבט

די בחורים האבן ארויסבאגלייט דעם רבין שליט"א מיט א תפילה צום באשעפער אז מיר זאלן זוכה זיין אז אי"ה איבערס יאר זאל דער רבי שליט"א קומען נאכאמאל געזונטערהייט, אמן.


הערטס? די בחורים בעטן אז דער רבי זאל קומען איבער א יאר נאכאמאל.


א גאנץ יאר ווילן זיי אים נישט זען, איינמאל ערב פסח פאר מלאזט זיך ארויס האצקען בין הזמנים ווילן זיי דער רבי זאל קומען און מען זאל קענען שרייבן אויף הייד פארק אז זיי זענען געטרייע חסידים.


דאס גרעסטע ליצנות.