ציטאטן מדרשתו של הרה"צ מבאבוב שליט"א
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #849699
אין א דרשה נעכטן ביי א מסיבת שבע ברכות פון איינע פון די מקרובי בית באבוב האט הגה"צ ר' בן ציון הלברשטאם שליט"א געזאגט די ווערטער
אין אמת'ן האב איך געקלערט צו איך דארף קומען אין אזא צייט כו'
מ'האט דאך היינט געזאגט תהלים מ'איז זיך צאמגעקומען איך געדענק אין תשכ"ח ווען די סאטמערע רב איז נישט געזונט געווארן און די טאטע איז געווען ביי א מסיבה של מצוה האט די טאטע נאכגעזאגט פון רבי'ן ר' אלימלך ס'שטייט אין פסוק סעדני ואושעה און די רבי ר' אלימלך האט דאך געטייטשט אין די היינטיגע צייטען איז נישט קיין ענין אין די שוואכע דורות צו גוזר זיין תעניתים נאר סעדני דורך א סעודת מצוה אושעה, היינט איז דאך געווען די יארצייט פון הייליגן רבי ר' אלימלך זצ"ל און ווי די טאטע פלעגט זיך נוהג זיין אז לילה הולך לאחר היום זאל טאקע זכותו הגדול פון רבי ר' אלימלך וואס די ברודער איז דאך אן אייניקל פון רבי ר' אלימלך וועט אווודאי מגין זיין, איך האב אויך צוויי קינדער יעצט וואס זענען געפאהרן קיין ליזשענסק און מ'האט זיי איבערגעגעבן
אין אמת'ן אז מ'טראכט אריין וואלט די ברודער יעצט געווען דא מיט אונזאון זיך משתתף געווען
ס'איז דאך בעקאנט אז איין שמחה ברענגט דעם צווייטען זאל טאקע די זכות פון די שמחה ברענגן אז ער זאל האבן א רפו"ש
מ'האט דאך דא אין די משפחה שוין אמאהל אוועקגעגעבן א לינג פאר אן אנדערע אין די משפחה זאל טאקע די זכות פון די מסירת נפש ביישטיין פאר נאך א רפואה מיט דעם קען מען טייטשען
כו'
ביז מ'וועט זוכה זייןצו די ריכטיגע שמחה עוד ישמע כו' בביאת גוא"צ
תוקן על ידי - דישיגוטער - 16/03/2004 0:54:08
הגה"צ די רב הצעיר שליט"א שטייענדיג אלס קינד פון 12 יאהר אונטער זיין פאטער רביה"ק מבאבוב זצ"ל ביי א שבע ברכות אין שנת תשכ"ח
[בילד – נישט אפגעהיט]
היינט אינדערפרי איז פארגעקומען א הנחת תפילן ביים הגה"צ רב הצעיר שליט"א ביי זיין זון הב' אברהם יהושע העשיל ני"ו די רב הצעיר האט געלייגט די תפילין און נאכ'ן דאווענן איז די גאנצער עולם אדורך געגאנגן געבן לחיים פאר די בעלי שמחה היינט נאכט וועט פארקומען די סעודת בר מצוה ביים רב הצעיר אידערהיים אויף א שטילע באשיידן אופן אזוי ווי די תקנות וואס זיין הייליגע טאטע כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל האט מתקן געווען נישט צי מאכן קיין גרויסע בר מצוה'ס
הגה"צ רב הצעיר שליט"א ביי זיין בר מצוה
[בילד – נישט אפגעהיט]
די ברית איז געווען טאקע ה' ניסן ביום פטירתו של הרה"ק מאפטא ונקרא על שמו
עס איז א שרעק צו רעדן מיט ר בן ציון'ס אוהדים ווי זיי שעמען זיך נישט צו זאגען אפען אז זיי ווארטען אויף יקרבו
האט רשעות נישט קיין שיעור?
איך האב קיינמאל דאס נישט געזען אין ערגעץ
תוקן על ידי - SHIA550 - 21/03/2004 21:06:17
כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
די ארץ ישראלדיגע ציינטונגען האבן שוין גענוג סחורה די פיקטשערס ווארעמן זיך שוין אהן אין די קאמפיוטער
פון משפחה השבוע שעה טובה בקהילה כל העולם כולו
וכוכוכוכוכוכו'
MR SHIA
איר ווערט צומישט
אין סאטמער זאגט מען יקרבו
תוקן על ידי - דישיגוטער - 21/03/2004 21:55:01
לכבוד פון MR SHIA
וועלן מיר באשרייבען הגה"צ מהרב"צ מבאבוב שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]א זעלטענע מעמד איז געווען שבת מברכים ניסן שבת החודש אין באבאווער טעמפל ווען הגה"צ רבי בן ציון הלברשטאם די זוהן פון רשכבה"ג מרן מבאבוב זצוקל זי"ע און די ברודער הרה"צ כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ לרפו"ש האט געבענטש ר"ח פון אלע זייטען זענען זיך צאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל שטימע ספעציעל האט עס ארויסגערופן התרגשות ביי די זקני החסידים וואס געדענקן נאך מהרב"צ הראשון מבאבוב ווי זיין הייליג קול האט אפגעהילכט אין ביהמ"ד ווען ער האט אפגעראכטן די תפלות א התעוררות איז געווען ווען רבי בן ציון האט אויסגערופן ראש חודש ניסן יהי' ביום השלישי וואס ווער ווייסט וואס וועט נאך זיין ביז דעמאלס זעלטען איז געווען ווען רבי בן ציון האט געזאגט מיט בכיות ולרפואה שלימה וואס דער גאנצע עולם האט אפגעענטפערט מיט הילכיגן אמן און יעדער האבנדיג אינזין אז די ברודער וואס ליגט נעבעך אזוי קראנק וואס ער געפונט זיך שוין אין דעם מצב א צירקע צוועלף און ווען קיינער האט זיך נישט געמאכט וויסענדיג פון אים איז ער געווארן נאך מער קראנק און היינט איז ער ממש אין א געפערליכע מצב נישט וויסענדיג פון זיך גארנישט אבער טרייסענדיג זיך אז די רבי האט כאטש איבערגעלאזט נאך איין זוהן וואס קען דערווייל ווען די ברודער איז קראנק אנפירן די רביסטווע און ארויסהעלפן די חסידים אין אלע זייערע געברויכן
תוקן על ידי - דישיגוטער - 21/03/2004 22:06:52
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 25/06/2006 23:10:04כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 22:43:27
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצק"ל מיט זיין זון הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
דזשיגוטער ווי אזוי פילט זיך יעצט דיין רבי בנציון וואס איז דער מצב?
שור שנגח
אין באבוב איז נישט אזוי ווי אין סאטמער
אין סאטמער איז דא צוויי זכרים וואס גלוסטען איבערצונעמן די סאטמערע מקואות און בתי מדרשים
אין באבוב איז דא איין ממלא מקום ממילא איז עס פשוט אז מ'רעדט פון רבי בן ציון ווייל מ'וועט אים דאך סייווי נאכלויפן די פארענטשעס וועלן סייווי זיין געפאקט ארום יעדע ריר וואס ער וועט זיך געבן
די חתבנ"ן ווייסען אז זיי קענען קיין מנין נישט האבען, ממילא וועלן זיי אפילו נישט פרובירען.
ער איז ווייניגער שמוציג פון אהרן מיט זלמן לייב צוזאמען
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 25/06/2006 23:12:08
מ'האט אינגאנצן פארגעסן פון באבאווער רב גייטס זאגטס תהלם
שור שנגח את הפרה
זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי
גערעכט איז געווען רבה"ק מסאטמער אז בטלה תורת החסידות
ווער האט געגלייבט אז אזעלעכע ביליגע יונגען וועלן ממלא מקום זיין רבה"ק מסאטמער
א וואונדער ער האט זיך אזוי אויסגעדריקט
להעיתונים החשובים השבוע במשפחה של הקהילה בכל העולם כולו
[בילד – נישט אפגעהיט]
המודיע של המשפחה בקהילה של כל העולם
[בילד – נישט אפגעהיט]
אגוטן טאג ר' משה
[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' יושע רובין וועט אויך נעמען א חלק
אזווי בעריש
וויזוי קעמען רעדן אזעלעכע שטותים
ס'איז אזווי צוצוגלייעכן דעם בעלזער מיט'ן מכניבקה
פןנקט די באבאווער וועלן נעמן א צוגעקומענע פאר א ממלא מקום
פארוואס איז ערב הצעיר
[בילד – נישט אפגעהיט]
לכבוד ר' דישיגוטער:
מיר האבין זיך שוין א לאנגע צייט נישט געשריבען, אלזא לאמיר ווי גוטע פריינט זיך אדורך ליפטערען אייער שטעלונג, וועל איך און נאך לייענער און שרייבער דא זיך בעסער פארשטיין מיט אייער שרייבעכטס וואס איז אסאך מאהל ווי א חידה סתומה.
איך וועל זיך אפשטעלן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, (ואין כוונתי לפגוע בכם באופן אישית):
א) איר שרייבט: הגה"צ רבי בן ציון די ברידער פון הרה"צ וכו' מהרנ"צ = שטעלט זיך די פראגע איז ביי אייך טאקע מהרב"צ א גרעסערע גאון ווי אחיו הגדול כ"ק מהרנ"צ, אויב ווייסט איר פרטים און חילוקים און זייערע ידיעות התורה ביטע שרייבט ארויס.
ב) איר שרייבט: פון אלע זייטען זענען זיך צוזאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום, הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל = שטעלט זיך די פראגע צו זענט איר טאקע קיינמאהל און אייער לעבען נישט געווען און באבוב צו הערן דעם רבי'ן זצ"ל וואס כו"ע מודי האט געהאט א הייליגע הייזעריגע שטימע, בזמן וואס זיין זוהן הגה"צ הרב הצעיר האט גאר א שיינע הערליכע שטימע, אבער וועגען הייליגקייט ווער רעדט דען יעצט? סך הכל איז ברור אז קיינער האט ביי ר"ח בענטשען נישט געהערט די הייליגע שטימע פון רבי'ן זצ"ל .
ג) אזוי אויך איז זיכער אז די זקני חסידים האבין זיך נישט דערמאנט די הייליגע שטימע פון מהרב"צ הראשון מבאבוב זצ"ל, ווייל כידוע האט ער געהאט גאר א הייליגע שטימע, און איז זיין קול איז טאקע געווען גאר שיין עד להפליא, אבער עס איז געווען א סאך דיקער, וואס האט זיך אויך געהערט אסאך אסאך ווייטער און העכער ווי די שיינע הערליכע שטימע פון זיין אייניקל הגה"צ הרב הצעיר מבאבוב שליט"א. (אויב האט איר טאקע יא געהערט פון איינע פון די זקני חסידים אזוי, ביטע שרייבען זיין נאמען, מיר זאלען איהם דירעקט קענען פרעגן אונזער תמי').
ד) איר שרייבט: די צובראכענע חסידים טרייסטען זיך אבער אז די רבי האט כאטש איבערגעלאזט נאך איין זוהן וואס קען דערווייל ווען די רבי איז קראנק אהנפירן די רביסטווע און ארויסהעלפן די חסידים אין אלע זייערע געברויכן. = ערשטענס: ביטע ערקלערט אונז צו זענט איר אזוי נאריש זיך איינצורעדען אז די חסידים האבין זיך געטרייסט בעת צרתם מיט דעם אז הרב הצעיר מבאבוב שליט"א פירט רבי'סטווע ווילאנג דער רבי איז קראנק.... צווייטנס: ביטע אויפקלערען וואס רעכנט איר, וויפיל פון די טויזענטער חסידי באבוב טרייסטען זיך מיט דעם אז הרב הצעיר דבאבוב שליט"א העלפט זיי ארויס מיט זייער פערזענליכע געברויכען? האט ער טאקע א שייכות מיט דעם ציבור הכללי פון באבוב, צו אפשר מיינט איר נאר די הילף צו געציילטע משפחות וואס זענען דורכגעלאזט געווארן דורך די קאמענדאנטן אז זיי מעגען אהנגערופען ווערן נאנטע מקורבים ווייל זיי האבן דעם שטר יוחסין וואס פעהלט אויס צו דעם...?. און יעצט צירוק צו די פליאה.. ??טויזענטער חסידים האבין זיך געטרייסט מיט דעם וואס ער העלפט זיי יעצט מיט אלע געברויכען יעצט בעת דער הייליגע רבי שליט"א איז מוטל על ערש דווי ??, אתמהה!! און וועלעכן ביהמ"ד דאווענט איר בכלל.
ה) מר דישיגעטער: בואו ונחשוב חשבונו של עולם, אפשר גאר אלעס וואס איר שרייבט אויפ'ן חשבון פון די טויזענטער חסידים איז גאר אייער פארזענליכער קשר מיט'ן רב הצעיר שליט"א, על כן ביטע שרייבט עטליכע פערזענליכע נאטיצען פון וואס פאר א גוטס איר טוט געניסען ברוחניות און בגשמיות פון די אזויגערופענע רבי'סטווע וואס איר פראקלאמירט אז דער רב הצעיר דבאבוב שליט"א פירט, און העלפט ארויס און אלע געברויכען פאר די חסידים בעת ווען אחיו הגדול דער רב שליט"א לרפו"ש איז נישט בכח צו פירען כמקדם. איז ער אפשר צו אייך צוגעקומען מפעם לפעם און זיך אינטרעסירט און אייער טעגליכען געברויכען, אדער וועגן אייער רוחניות'דיגע מצב, אויב יא, וויפיל מאהל?, ווייל אויב זענט איר יא מקורב צו איהם דארפט איר לויט מיין ידיעה גוט וויסען אז ער זוכט נישט צו משפיע זיין און פירען רבי'סטווע ביי די עדה קדושה בעת ווען דער שרביט ההנהגה איז ביי זיין הייליגן עלטערן ברודער לרפו"ש, און ווי ער האט טאקע גערעדט בתוך דברי ההספד נאך די מטה פון זיין הייליגן טאטען זצ"ל ברוב עם.
ו) לסיום הדברים וויל איך נאכאמאהל שרייבען דברי הבהרה: הגאון הצדיק דער רב הצעיר פון באבוב שליט"א איז זייער א טייערע און חשוב'ע תלמיד חכם און בנן של קדושים, א געטרייע זוהן איז ער געווען פאר זיין הייליגן טאט'ן און פארשידענע ענינים ווי ס'איז באקאנט, און איז געבליבען שטארק דבוק צו זיין הייליגן טאטען זצ"ל און איז מפרסם זיינע תורות ביי זיינע שיינע שיעורים, אבער פינדעסוועגען ווען איר הייבט אהן צו שטורעמען - פרעפלען - פלוידערן - שומפען וועגן הנהגה - רבי'סטווע - מאסן וואס ווארימען זיך - נעמען ברכות וכדומה, מאכט איר נעבעך סתם א חוזק פון איהם אליין, און אסאך עגמ"נ ווערט נגרם פון דעם. קיינער דאנקט אייך נישט פארדעם וואס איר פארסמאקעוועט איהם מיט אזויפיל דעמאגאגישע ליצנות - איינער וואס איז נישט קיין אדמו"ר באשרייבט מען נישט מיט עניני הנהגה און אדמורי"ת חוץ אויב מען וויל חוזק מאכן פון איהם כאילו ער חלש'ט פאר רבי'סטווע. די אלע וואס האבן אויפגעשפילט דעם שפיל האבין גורם געווען אסאך עגמ"נ, ווייל אנדערע האבן זיך טועה געווען אז דאס האט א שייכות מיט'ן רב הצעיר, און איינס האט געפירט צו צווייטען ביז צו עגמ"נ וכו'.... עס איז זיכער שביעת רצונו פון הרב הצעיר שליט"א אז אזויגערופענע גוטע ידידים ווי אייך זאלען איהם נישט גורם זיין קיין עגמ"נ וחילול ה', און זיך אפהאלטן פון שפילען דעם פייער שפיל.
נאכאמאהל זאל באטאנט ווערען אז דער רב הצעיר שליט"א אליין און די גאנצע באבובער משפחה צוזאמען מיט אלע טויזענטער חסידים זענען כפוף תחת מרותו פון כ"ק מרן אדמו"ר פון באבוב שליט"א ה' ירפאהו ויחלימהו במהרה, וואס ער שטייט במשך די לעצטע צענדליגע יאהרן כולם שווים לטובה בראש הנהלת מוסדות באבוב בכל המקומות ברוחניות ובגשמיות , והוא יוליכנו לקראת משיח צדקינו ב"ב.
נ.ב. נאכן שרייבען דאס אלעס, האב איך געטראכט אפשר זענט איר פונקט אזוי קלוג ווי מיר, און איר ווייסט דעם אמת פונט ווי א יעדער איינער, נאר אפשר גאר האט איר טאקע עפעס א טיפע שנאה אקייגען הגה"צ דער רב הצעיר, במילא ווילט איר מעורר זיין א ביטערע געלעכטער אויף זיין חשבון, כדי זיך נוקם צו זיין אויף דעם וואס אפשר האט ער אייך קיינמאהל נישט אנערקענט כראוי, אדער אפגעגעבן דעם כבוד וואס איר האט זיך אהנגעמאסטען אז ער דארף אייך צוטיילען, במילא שרייבט איר אפ אזעלכע אינטערעסאנטע קאמישע ארטיקלען, ביליג צו מאכן דעם כבוד און עהרע און רעספעקט צום רב הצעיר שליט"א. אויב דאס איז עס..., אפעליר איך צו אייך מיט דאס פאלגענד: עס איז נישט רעכט צו האלטן און היטען אלטע שנאות און חשבונות, נאכדעם וואס באבוב'ער חסידים גייען דורך אזויפיל עגמת נפש און צער, איז דאס אוודאי א צייט וואס רוב חסידים ווילן אהנהייבען א נייע בלעטל, און איינער וויל מכבד זיין דעם אנדערן כראוי, גלייבט מיר מען קען אייביג פארגוטיגען אויף אומרעכט וואס איז אמאהל געשעהן במזיד או בשוגג, אלעס קען ווערן פארגעסען, על כן לאמיר זיך ברודער אלע גוט לעבן בשלום בשלוה.
בכבוד רב ובהוקרה
(ווער ווייס אפשר קענין מיר זיך אפילו)
קודם נאך פאר איך ליין אייערע מאמרים ווייס איך אז איר פארשטייט שווער זאכן ספעציעל ספעציעל ווען איך האב געשריבן אז דאקטוירעם רעדן זיך אפ אז אלע מאכערס שוערן זיי האט איר נישט פארשטאנען
יעצט:
איר שרייבט
איר שרייבט: הגה"צ רבי בן ציון די ברידער פון הרה"צ וכו' מהרנ"צ = שטעלט זיך די פראגע איז ביי אייך טאקע מהרב"צ א גרעסערע גאון ווי אחיו הגדול כ"ק מהרנ"צ, אויב ווייסט איר פרטים און חילוקים און זייערע ידיעות התורה ביטע שרייבט ארויס.
ווי קומט אהער ידיעות התורה
ב) איר שרייבט: פון אלע זייטען זענען זיך צוזאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום, הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל = שטעלט זיך די פראגע צו זענט איר טאקע קיינמאהל און אייער לעבען נישט געווען און באבוב צו הערן דעם רבי'ן זצ"ל וואס כו"ע מודי האט געהאט א הייליגע הייזעריגע שטימע, בזמן וואס זיין זוהן הגה"צ הרב הצעיר האט גאר א שיינע הערליכע שטימע, אבער וועגען הייליגקייט ווער רעדט דען יעצט? סך הכל איז ברור אז קיינער האט ביי ר"ח בענטשען נישט געהערט די הייליגע שטימע פון רבי'ן זצ"ל .
מ'רעדט דא פון כ"ק מהרב"צ הי"ד
ג) אזוי אויך איז זיכער אז די זקני חסידים האבין זיך נישט דערמאנט די הייליגע שטימע פון מהרב"צ הראשון מבאבוב זצ"ל, ווייל כידוע האט ער געהאט גאר א הייליגע שטימע, און איז זיין קול איז טאקע געווען גאר שיין עד להפליא, אבער עס איז געווען א סאך דיקער, וואס האט זיך אויך געהערט אסאך אסאך ווייטער און העכער ווי די שיינע הערליכע שטימע פון זיין אייניקל הגה"צ הרב הצעיר מבאבוב שליט"א. (אויב האט איר טאקע יא געהערט פון איינע פון די זקני חסידים אזוי, ביטע שרייבען זיין נאמען, מיר זאלען איהם דירעקט קענען פרעגן אונזער תמי'
וואס?
) איר שרייבט: די צובראכענע חסידים טרייסטען זיך אבער אז די רבי האט כאטש איבערגעלאזט נאך איין זוהן וואס קען דערווייל ווען די רבי איז קראנק אהנפירן די רביסטווע און ארויסהעלפן די חסידים אין אלע זייערע געברויכן. = ערשטענס: ביטע ערקלערט אונז צו זענט איר אזוי נאריש זיך איינצורעדען אז די חסידים האבין זיך געטרייסט בעת צרתם מיט דעם אז הרב הצעיר מבאבוב שליט"א פירט רבי'סטווע ווילאנג דער רבי איז קראנק.... צווייטנס: ביטע אויפקלערען וואס רעכנט איר, וויפיל פון די טויזענטער חסידי באבוב טרייסטען זיך מיט דעם אז הרב הצעיר דבאבוב שליט"א העלפט זיי ארויס מיט זייער פערזענליכע געברויכען? האט ער טאקע א שייכות מיט דעם ציבור הכללי פון באבוב, צו אפשר מיינט איר נאר די הילף צו געציילטע משפחות וואס זענען דורכגעלאזט געווארן דורך די קאמענדאנטן אז זיי מעגען אהנגערופען ווערן נאנטע מקורבים ווייל זיי האבן דעם שטר יוחסין וואס פעהלט אויס צו דעם...?. און יעצט צירוק צו די פליאה.. ??טויזענטער חסידים האבין זיך געטרייסט מיט דעם וואס ער העלפט זיי יעצט מיט אלע געברויכען יעצט בעת דער הייליגע רבי שליט"א איז מוטל על ערש דווי ??, אתמהה!! און וועלעכן ביהמ"ד דאווענט איר בכלל.
ווי שטייט אז איין יוד טאר נישט העלפן פאר'ן צווייטען
ה) מר דישיגעטער: בואו ונחשוב חשבונו של עולם, אפשר גאר אלעס וואס איר שרייבט אויפ'ן חשבון פון די טויזענטער חסידים איז גאר אייער פארזענליכער קשר מיט'ן רב הצעיר שליט"א, על כן ביטע שרייבט עטליכע פערזענליכע נאטיצען פון וואס פאר א גוטס איר טוט געניסען ברוחניות און בגשמיות פון די אזויגערופענע רבי'סטווע וואס איר פראקלאמירט אז דער רב הצעיר דבאבוב שליט"א פירט, און העלפט ארויס און אלע געברויכען פאר די חסידים בעת ווען אחיו הגדול דער רב שליט"א לרפו"ש איז נישט בכח צו פירען כמקדם. איז ער אפשר צו אייך צוגעקומען מפעם לפעם און זיך אינטרעסירט און אייער טעגליכען געברויכען, אדער וועגן אייער רוחניות'דיגע מצב, אויב יא, וויפיל מאהל?, ווייל אויב זענט איר יא מקורב צו איהם דארפט איר לויט מיין ידיעה גוט וויסען אז ער זוכט נישט צו משפיע זיין און פירען רבי'סטווע ביי די עדה קדושה בעת ווען דער שרביט ההנהגה איז ביי זיין הייליגן עלטערן ברודער לרפו"ש, און ווי ער האט טאקע גערעדט בתוך דברי ההספד נאך די מטה פון זיין הייליגן טאטען זצ"ל ברוב עם
מ'דערקענט פון אייער שרייבן אז איר האט זיך דורכדגערעדט מיט'ן רב הצעיר וועגן די רביסטעווע און ער האט אייך געזאגט אז ער וויל נישט פירן
צווייטענס מ'רעדט דא פון אחריות אז די טאטע וואס האט געגערינדעט א הויף און די ברודער איז נישט אויף דער וועלט אפילו זיין גוף איז נאך דא
טאר ער נישט ארויסווייזען א קשר מיט מענטשן און פרובירן צוצוהעלפן וויפיהל ער קען
אז מ'וויל אזוי פון הימל מ'זעהט קלאהר אז די דור איז נישט ווערט צו האבן א רבי וואס איז נאך ]ונדערהיים דארף מען זיך מקבל זיין אן אמעריקאנער
ער מעג טראכטן ביי זיך אז ער וועט נאך אמאהל זיין א רבי
ו) לסיום הדברים וויל איך נאכאמאהל שרייבען דברי הבהרה: הגאון הצדיק דער רב הצעיר פון באבוב שליט"א איז זייער א טייערע און חשוב'ע תלמיד חכם און בנן של קדושים, א געטרייע זוהן איז ער געווען פאר זיין הייליגן טאט'ן און פארשידענע ענינים ווי ס'איז באקאנט, און איז געבליבען שטארק דבוק צו זיין הייליגן טאטען זצ"ל און איז מפרסם זיינע תורות ביי זיינע שיינע שיעורים, אבער פינדעסוועגען ווען איר הייבט אהן צו שטורעמען - פרעפלען - פלוידערן - שומפען וועגן הנהגה - רבי'סטווע - מאסן וואס ווארימען זיך - נעמען ברכות וכדומה, מאכט איר נעבעך סתם א חוזק פון איהם אליין, און אסאך עגמ"נ ווערט נגרם פון דעם. קיינער דאנקט אייך נישט פארדעם וואס איר פארסמאקעוועט איהם מיט אזויפיל דעמאגאגישע ליצנות - איינער וואס איז נישט קיין אדמו"ר באשרייבט מען נישט מיט עניני הנהגה און אדמורי"ת חוץ אויב מען וויל חוזק מאכן פון איהם כאילו ער חלש'ט פאר רבי'סטווע. די אלע וואס האבן אויפגעשפילט דעם שפיל האבין גורם געווען אסאך עגמ"נ, ווייל אנדערע האבן זיך טועה געווען אז דאס האט א שייכות מיט'ן רב הצעיר, און איינס האט געפירט צו צווייטען ביז צו עגמ"נ וכו'.... עס איז זיכער שביעת רצונו פון הרב הצעיר שליט"א אז אזויגערופענע גוטע ידידים ווי אייך זאלען איהם נישט גורם זיין קיין עגמ"נ וחילול ה', און זיך אפהאלטן פון שפילען דעם פייער שפיל.
נאכאמאהל זאל באטאנט ווערען אז דער רב הצעיר שליט"א אליין און די גאנצע באבובער משפחה צוזאמען מיט אלע טויזענטער חסידים זענען כפוף תחת מרותו פון כ"ק מרן אדמו"ר פון באבוב שליט"א ה' ירפאהו ויחלימהו במהרה, וואס ער שטייט במשך די לעצטע צענדליגע יאהרן כולם שווים לטובה בראש הנהלת מוסדות באבוב בכל המקומות ברוחניות ובגשמיות , והוא יוליכנו לקראת משיח צדקינו ב"ב.
קודם כל אויף איינמאהל ווערט איר א מעטנש פון די רב הצעיר וויזוי עס איז גורם פאר אים עגמת נפש
די אינטערנעט איז א רשות הרבים ווער עס וויל נישט זאל נישט קוקן ווער עס וויל נישט זאל זיך זעצן אין א כולל זעהן ווי זאוי מ'פארברענגט די צייט אין כולל
צווייטענס איר באנוצט אייך מיט זייער שיינע לשונות וואס דאס איז זעלטן ווען געזעהן געווארן
און די וויכטיקסטע זאך אז ווען נישט אייך וואלט מען נישט געוויסט אונטער וועמען די באבאווער משפחה און חסידים זענען כפוף
.ב. נאכן שרייבען דאס אלעס, האב איך געטראכט אפשר זענט איר פונקט אזוי קלוג ווי מיר, און איר ווייסט דעם אמת פונט ווי א יעדער איינער, נאר אפשר גאר האט איר טאקע עפעס א טיפע שנאה אקייגען הגה"צ דער רב הצעיר, במילא ווילט איר מעורר זיין א ביטערע געלעכטער אויף זיין חשבון, כדי זיך נוקם צו זיין אויף דעם וואס אפשר האט ער אייך קיינמאהל נישט אנערקענט כראוי, אדער אפגעגעבן דעם כבוד וואס איר האט זיך אהנגעמאסטען אז ער דארף אייך צוטיילען, במילא שרייבט איר אפ אזעלכע אינטערעסאנטע קאמישע ארטיקלען, ביליג צו מאכן דעם כבוד און עהרע און רעספעקט צום רב הצעיר שליט"א. אויב דאס איז עס..., אפעליר איך צו אייך מיט דאס פאלגענד: עס איז נישט רעכט צו האלטן און היטען אלטע שנאות און חשבונות, נאכדעם וואס באבוב'ער חסידים גייען דורך אזויפיל עגמת נפש און צער, איז דאס אוודאי א צייט וואס רוב חסידים ווילן אהנהייבען א נייע בלעטל, און איינער וויל מכבד זיין דעם אנדערן כראוי, גלייבט מיר מען קען אייביג פארגוטיגען אויף אומרעכט וואס איז אמאהל געשעהן במזיד או בשוגג, אלעס קען ווערן פארגעסען, על כן לאמיר זיך ברודער אלע גוט לעבן בשלום בשלוה.
איך האב געמיינט אז איך האב מיר אנגענומען פאר'ן רב הצעיר יעצט זעה איך אז איר רעכענט אז איך האק ליצנות איך מוז אייך זאגן אז איך בין קאמפעלמירט און ווען איך דארף אנכאמאהל אנהייבן ווייס איך נישט צו איך וואלט ווען געקענט
איין זאך
דא איז נישט רוסלאנד און איך וועל שרייבען וואס איך וויל
אבער ס'איז אינטערעסאנט זעהט אויס אז מ'איז צופיהל אריינגעטוהן אין גשמיות קעמען נישט פארשטיין קיין פשוטע ווערטער
אז איר דארפט אטאקירן וואס האט מען שוין געשריבן פשוטע נייעס
נישט אלעס איז דער בלאט
דא גלייבט מען יעדע ווארט
ווען איך בין די רב הצעיר וואלט איך הנאה געהאט
איך ווייס נישט וועמען איר מיינט איר זאגט דא אריין
אבער דאס איז זיכער נישט קיין באבאווער וועג אריינצוזאגן א מענטש אזוי ברבים
טייערע דישיגוטער:
זייט נישט אזוי ציטומעלט, קיינער זאגט אייך נישט אריין, און אודאי זענט איר נישט און רוסלאנד..
אבער רעדט אייך נישט איין "אז דער רב הצעיר שליט"א האט הנאה" פון אייער דברי ליצנות אויף זיין חשבון כאילו ער רבי'סטוועט בזמן וואס זיין ברודער וואס איז 25 יאהר עלטער פון איהם און איז פונעם עלטערן דור און איז געשטאנען בראש הקמת באבוב באמעריקא איז בתוכינו, (דישיגוטער, דו טוסטו בויען זיין רבי'סטווע און קיין וועג).
והשנית, ווייס איך נישט פארוואס דו האסט נישט פארשטאנען קיין איין קשיא וואס איך האב דיר געשטעלט, א פלא ווי פולע צענדליגער מעסעדשעס האב איך שוין באקומען און תיבה אישית פון ידידי וחסידי באבוב וואס לפלא האבען יא פארשטאנען גענוי און דייטליך און זענען זייער צופרידען פון מיין תגובה, און אלע זיינען אייניג אז די ברענגסט טאקע פיינע נייעס, אבער די דארפסט זיין אביסעל רוהיגער און נישט ווילד און אויפגערעגט, און זארג נישט ליבע דישיגוטער דער רב הצעיר האט ווער ס'זאל זארגען פאר איהם, אהן דיין שרייבעכטס וועגען זיין רבי'סטווע און משפיע זיין און טיילען ברכות און זיין אהנווארימען יודען ווילאנג זיין ברודער איז קראנק...
זאג מיר דישיגוטער, איז דיר טאקע אזוי שווער געווען צו פארשטיין מיין קשיא פארוואס אויף דעם רב זאל זיין געזונד שרייבסט דו "הרה"צ" און אויף דעם רב הצעיר שרייבסטו "הגה"צ"? פארוואס מאכסטו זיך אזוי אומשילדיג און תמ'עוואטע?
והשנית בנוגע די קול פון דעם רב הצעיר... ווען דו וואלסט געשריבען מיט אביסיל מער ישוב הדעת וואלסט דו געזעהן אז איך האב בעסער געליינט וואס די האסט געשריבען ווי די אליין דער שרייבער, דו האסט דאך בפירוש געשריבען בזה"ל: "פון אלע זייטען זענען זיך צוזאמגעלאפען אינגעלייט פון אלע מנינים פון די געגנט ארום, הערנדיג די הייליגע שטימע פון רבין זצ"ל", יעצט נאכאמאהל וויל איך דיר פרעגען, צו מיינסט דו אז די יונגעלייט האבין אמאהל געהערט די שטימע פונעם מהרב"צ? א"כ אוודאי רעדסטו דאך פונעם שטימע פון רבינו מרן מהר"ש זצ"ל, יעצט ביטע קוק נאכאמאהל וואס דו האסט מיר געענפערט אויף דעם? (געדענק! טראכט 2 מאהל פאר די ענפערסט נאכאמאהל, ווייל איך קען צירוקשרייבען אפילו 40 מאהל ביז דו וועסט שרייבען און ליינען מער פאמעליך..).
והשלישית בנוגע די שטימע פונעם מהרב"צ ענפערסט דו מיט איין ווארט "וואס"? (מער נישט).
זאג נאר חביבי, איז עס טאקע אזוי שווער צופארשטיין וואס איך האב געשריבען בנוגע דאס וואס די האסט געשריבען אז די זקני חסידים האבין זיך דערמאנט די שטימע פונעם מהרב"צ ווען זיי האבין האבין געהערט די שטימע פונעם רב הצעיר. אויף דאס האב איך געענפערט אז דאס איז אלטע פורים תורה וואס מען האט דיר געזאגט און באבוב'ער חדר, ווייל וועלכע אלטע יוד אין ביהמ"ד מען האט געפרעגט האט נישט געוויסט פון דעם ווי איך ברענג דיר די חילוקים....
ווידער אויף אלע איבריגע הערות האסט דו אינגאנצען געשטעלט א פנים פון א תם כאילו די ווייסט נישט און פארשטייסט נישט. אויב אזוי טאקע איז בעסער ווען דו שרייבסט נישט צירוק אפילו איין אות, ווייל מען זעהט סייוי קלאר אז די האסט נישט געהאט וואס צו ענפערן, אויף די שטארקע קשיות פון דיין מיסטריעזע אגענדע וואס די צילסט יעצט מיט אומפארשטענדליכע ארטיקלען.
און דאס וואס די רעדסט וועגען רוסלאנד, בין און כופל אז די קענסט ווייטער שרייבען, אבער מיר קענען אויך, ובפרט נאכדעם וואס איך האב דיר יא געשריבען און תיבה אישית מפורש וואס דער פראבלעם פון דיין שרייבען קען גורם זיין.. וד"ל, (קוק נאכאמאהל דארט, אויף ליין פאמעליך.....)
יעצט נאכאמאהל דישיגוטער טייערע, לאמיר בלייבען גוטע פריינד אבער טו נישט קיין טובות מיט שרייבען פיסטע חדר מעשיות וועגן "מהרב"צ השני מבאבוב שליט"א" ווייל ס'ברענגט געלעכטער, "און דער רב הצעיר האט נישט הנאה, און ער איז דיר נישט מכיר טובה, און עס ווארט דיר נישט קיין כבוד פאר דעם, זיי דיר נישט טועה קיין איין רגע.
ביטע שרייבען מיט ישוב הדעת די וויכטיגע נייעס לשביעת רצון הקוראים, מיר זיינען די מכיר טובה.
אבער לאמיר זיך אויפהערען קריגען, סוכ"ס זענען מיר פון איין חדר ארויס
לאז דעם רבוש"ע פירען אלא פאליטיקס פון מהרב"צ הראשון והשני וכו' וכו'
ביטע זיי מיר מוחל
איך האב מורא אז שמעוןמאיר איז געווארען א באבעווער..., מ'זעהט עם עפעס נישט לעצטענס
הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
הגה"צ רב הצעיר עם אחיו החביב כ"ק אדמו"ר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען וועלט איז געווען וועלט כאן
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען וועלט איז געווען וועלט כאן
[בילד – נישט אפגעהיט]
הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
א פארצייטיש בילד פון די רב הצעיר
[בילד – נישט אפגעהיט]
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד
[בילד – נישט אפגעהיט]
פורים בבית רב הצעיר שליט"א אויף די רעכטע זייט זיצט דער פורים רב פון באבוב הרה"ג ר' שלום קעסלער שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד
[בילד – נישט אפגעהיט]
ובזכות מצות תמונות אלו יעלו ארוכה ומרפא לאבינו רועינו
די בארא פארקער
דא האסט גארנישט צוגעשריבן