היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שרעקליכע עקסידענט אין קווינס ה"י

שרעקליכע עקסידענט אין קווינס ה"י

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #849675

allnewspic » 15/3/2004 23:57

עס איז היינט געשעהן א שרעקליכער עקסידענט אויפן נעסיו אקאנטי היי-וועי.

א בחור א חתן איז היינט געפארן אויפן נעסיו אקאנטי היי-וועי (קווינס), און ער איז ארויס געגאנגען קוקן עפעס ביי זיין קאר, און מיט אמאל איז געקומען א קאר און עם געגעבן א היט אז איין פיס האט ער גלייך פארלוירן ה"י און די צווייטע פיס דארף גרויס רחמי שמיים.

דער טייערער חתן איז נישט לאנג צוריק א חתן געווארן מיט איינע פון ארץ ישראל, און ער איז נעכטן אויך צוריק געקומען פון ליזענסק ווי ער איז געווען מתפלל זיין פאר א בית נאמן בישראל.

דער בחור הייסט ארי הירש, ווער עס ווייסט א נאמען "אריה / אהרן בן" זאל ביטע פאוסטן

rotzer » 16/3/2004 04:40

ARON TZVI BEN FIGLA CHAYA

jewboy » 16/3/2004 05:47

איינער האט מיר פריער (א קראנטע מקור) געזאגט אז היינט נאכט גייט מען ל"ע אראפ נעמען די צווייטע פיס וואס ס'איז עם געבליבן.

רבותי לאטס אפ די פארום פאר 2 מינוט און זאגטס אפאר קאפיטלעך תהילים.

babyfish » 16/3/2004 15:34

ער איז א זון פון ר' שמאי הירש

רבותי נחפשה דרכינו

והקב"ה ישלח לו רפו"ש במהרה
ויאמר לצרותינו די

jewguy2003 » 17/3/2004 02:22

יא,
נאך א צען שעה אפערעשאןהאט מען ליידער אראפגענומען די צווייטע פיס רח"ל