היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » באמיאונגען איבער דאווענען יוצר

באמיאונגען איבער דאווענען יוצר

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #849330

איטשע_חסיד » 15/3/2004 20:22

די זאליס לייגן יעצט אריין מורא'דיגע הארעוואניע אין זאלי'ן אז ער זאל קענען איינמאל פאר אלעמאל דאווענען פאר'ן עמוד אפילו ווען מ'זאגט יוצר.

נאך 5 יאר וואס זאלי איז דער פ"ר אין ראדני (לעבן יוסי בראך) האט ער נאך קיינמאל נישט געדאווענט פאר'ן עמוד א שבת פון די ארבע פרשיות, ווייל דער צאן-דאקטאר (דענטיסט בלע"ז) וויל אים פיקסן די ציין יעדעס מאל, איז דער סוד ארויסגערינען אז יעדער לאכט פון דעם גרויסן שטריק.

האבן די זאליס באשלאסן צי ווייזן פאר די אהרונים אז זאלי קען יא צוגיין צום ברעטל אפילו ווען מ'זאגט יוצר.

רעבע קלאר און רעבע קאמפאוט לייגן אריין געוואלדיגע כוחות, און מ'האפט אז אויף שבת החודש וועט דער פ"ר קענען רואיג צוגיין צום ברעטל.
פרטים יבואו.

שורשנגח » 15/3/2004 21:09

אפילו די וואך שבת פרה וואס רבינו שליט״א איז געווען אין שפיטאל, האט זאלי נישט געדאווענט פארן עמוד.

כדי נישט צו דארפן זאגן קייו יוצר, און אהיים גיין אן א ציין, און די אהרונים וועלן האבן סחורה פון עם הארצות גרייזן חדשים לאנג.

און פעשי וכת דילי' וועלן דארפען אויף זיין נעכט און וויינען און יאמערען דא צו פארענטפערן זיינע עם הארצות גרייזען.

ארגינעלער » 15/3/2004 21:22

פיצי זאגט אז זאלי האט שוין 2 סעטס פאלשע ציין.

עס דערמאנט מיר די מעשה וואס י.י. לאנדא האט געזאגט ווען מ'האט געכאפט זאלי'ן ביי די גניבה פון שבת הגדול דרשה אז קומענדיגע יאר וועט מען נעמען א ספר פון א לעברערי און קיינער וועט נישט וויסן פון ווי מ'האט עס גענומען.