מייקרי השער: סאטמאר מצה בעקריי טייערסטע
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #848583
אויפברויז אין וויליאמסבורג
די סאטמאר מצה בעקריי אין ווילי, איז היי יאר ארויף מיט די פרייז פון די בית רחל מצות אויף יו"ט פסח, און עס איז די טייערעסטע מצות וואס איז דא צו באקומען פון אלע סאטמאר'ע מצה בעקעריי און אויך פון איבעראל.
די פרייז פאר א פונט מצות היי יאר איז 16.50, אבער אין די בעקעריי פון סאטמאר ווילי, איז די פרייז פאר א פונט בית רחל מצות $17.00 די טייערסטע אויפן מארקעט.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס יעקב כ. און שאול פ. האבן אריבער גערופען ר' דוד ראזענבערג דער מנהל האופה, און אים געזאגט אז קהל דארף היי יאר נאך 100,000 דאללער ריוח פון די מצה בעקריי פאר קהל, ר' דוד האט זיך געטאנעט מיט זיי, אבער זיי האבן אים געזאגט אז ער קען גיין אז ער וויל, און זיי וועלן אריין שטעלען א צווייטען.
ר' דוד האט נישט געהאט קיין ברירה און ער האט גהעכערט די פרייז פון יעדעם, און מייקר השער פון די מצות לפסח.
עס איז א בושה וחרפה נאכדעם וואס די סאטמאר מצה בעקעריי איז אלס געווען געשטעלט צו זיין די ביליגסטע פרייז, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט געוואלט, קומען די שליחי זאלי און זענען מייקר השער, און בעטן די טייערסטע פון יעדעם.
און נאכדעם קענען זיי שיקען ענוועלאפס
שנאר בריוו פאר מעות חיטים
און וואס מאכט ענק וועלן קויפען סאטמערע מצות דוקא? קויפט ביי די קאמפעטישען!
ביי אונז אין שול קען מען קריגען פאר 11.50 א פונט מצות בתכלית ההידור!
צבי
איך האף אז די עסט נישט פון די משיחיסטען מצות
חלילה! געבאקען פון אחותינו בנות ישרא-ל יוצאי בוכארא והגלילות דא אין ב"פ!
גוט געזאגט
און 5 יאר איז די מצות ארויף %60 דאס איז אלעס צו פראפיטירען אויפן ציבור
א שאד אז איחוד פיקסט זיי נישט צו א ווי די כפרות
לויט זיי קומט איין בייס $.50, און ערב פסח א ברעקל איין דאלער
און ווער ווייסט נאך ווי די געלט גייט ?!
און וויפיל קאסטן די קרית יואל מצות?
$13.00
אין מיט דעם אלעמען קען מען באקומען קרית יואל מצות פאר א קלאוסאוט חול המועד אין די גראסערי'ס
ווען סאטמארער מצות איז קיין מאל נישט גענוג
נגח, וויין נישט אזוי.
לויט מיין אינפארמאציע האט אין יושנה האט געקאסט אזויפיל.
נו, אויף וועמען האסטו טענות?
קניידלזופ,
די זאליס זענען אזעלכע חזירים.
זיי קויפן פאר'ן רבי'ן די קרית יואל'ער מצות, ווייל ס'איז ביליגער, און נאכדעם באקומט דער רבי דערפון א INSIDE BLEEDING, און מ'דארף אים אריינפירן אין שפיטאל.
אלעס וועגן די קרית יואל'ער מצות.
אזוי קוקט מען אויס היינט
יא עס טוט וויי!
די סאטמארער מצות איז נישטא צו באקומען קיין שטיקל נישט שוין פאר פסח, בעת די קר"י מצות ליגט אפ אין די סטארס און אפילו אויף פסח שני גייט עס נישט אויס.
אין די פארגענהייט האט מען פארקויפט די מצות פון א יאר פריער אז מען האט זיך געקענט צעברעכן די ציין.
אבער די נארישע אהרונים האלטן זיך פעסט אן אין די קר"י שטיינער...
נו פארוואס געט מען די מצות פאר'ן רבי'ן.
ווייל ס'איז ביליגער?
ריכטיגע חזירים אויפ'ן חשבון פונעם צדיק הדור.
זעט אויס אז אדער זיי וואלטן אים געגעבן שטרוי ווען זיי שעמען זיך ווען נישט.
אדער האלטן זיי אז די קרית יואל'ער מצות איז בעסער.
דאס וועל איך לאזן פאר געזעגענען צו דיסיידן.
נו אז די אהרונים מצות בלייבען איבער הונדערטער טויזענטער פונט, און מען צוברעכט זיך די ציינער דערמיט, אזש אז אלע אהרונים דרייען זיך ארום אן א ציינער.
טא פארוואס איז די מצות פון די מצה בעקעריי אין ווילי די טייערסטע מצות פון איבעראל זייט ר' זלמן לייב איז רב, און די קרית יואל'ע מצות זענען ביליגער?
פיר אויס...
די רעדסט ווי א באבע אן א ציין...
תוקן על ידי - allnewspic - 07/04/2005 8:00:07
קוקט א מעשה
סאטמארער מצות איז די טייערסטע
קרית יואל מצות איז די ביליגסטע
וואס זוכט דער עולם צו עסען ? די טייערע
האט עס אפשר צוטון אז דער עולם וויל נישט קיין מצות פון הולכים לערכאות? אדער אז די קרית יואלער מצות זענען נישט אין מויל אריינצינעמען?
די רוסקיס לייגן אריין א גוטע ארבייט און די מצות אין וויליאמסבורג
פארפאלן....
סאטמארע מצות איז יא די טייערסטע אבער נישט
איז נישט אזא פראבלעם אדער חילוק
אבער דאס איז זיכער אז רבי דוד וואס איז טאקע א ת"ח גדול אבער למעשה זאל ער עכ"פ אויפנעמין די מענטשען מיט'ן זעלבען צהלת פנים און שמייכעל ודרך ארץ אזויווי זיין חשוב'ן טאטע הגאון החסיד רבי יוד'ל עליו השלום
און אנדערע ווערטער הייסט דאס:
costomer service
במילא וועט נישט אזוי וויי טוהן די טייערע פרייז
בלייבט עס ביי דעם אז די סאטמאררער מצה מעג זיין די טייערסטע, אבער מהדרין מן המהדרין זענען גרייט צו צאלן דעם טייערן פרייז אבי צו באקומען דאס מהודרדיגסטע.
זאגט אהער זאגט אהין!
ענפער צו די זאך!
פארוואס אלע יארן ביז ר' זלמן לייב איז געווארן רב זענען די סאטמאר מצות געווען פון די ביליגסטע, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט געוואלט, און יעצט איז עס די טייערסטע?
האט דער עם הארץ זאלי מער חומרות פון רביה״ק זי״ע ח״ו...!
תוקן על ידי - allnewspic - 07/04/2005 8:01:42
עס זעט אויס אז דו האסט נישט געקויפט קיין מצות אין סאטמאר ביז תש"ס...
די סאטמארער מצות זענען אלעמאל געווען די טייערסטע אבער דאך האבן די מהדרין מן המהדרין געקויפט נאר די מצות.
איך פארשטיי אז עס קרענקט דיר אז ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין באשטימען די פרייז פון די מצות (אזוי ווי דו האסט געשריבן) און נישט בערל פרידעמאן מיט זיינע קופה של שרצים.
כה לחי!
אפילו סאשע איז די וואך געקומען קויפן מצות אין סאטמערע מצה בעקריי אין וויליאמסבורג אין זיך ארומגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן וואס אלץ איז פאלוירן געגאנגען אינעם קריג וואס זי האט אנגעהויבן מיטן עפל סדר אין גענדיגט מיט א גוטען מועד
אין סאטמער פארקויפט מען אפילו פאר "וויזניצע" אין בעלזא באבאוו אין אלע אנדערע קרייזען אין יעצט אפילו עס איז נאכנישט ר"ח ניסן איז שוין דא א מאנגעל אין מצות
ווי איך האב אמאל מיטגעהאלטען א קהלס מיטוג אין די צייטן פארן קריג האט בערלע זיך אויפגעשטעלט אין געהאלטען א לענגערע רעפאראט אויף אלע עבירות פין הרה"ח שבכהונה ר יודל ראזענבערג ע"ה אין פארלאנגט מיט אלע כוחות עם מיט די קינדער צו באזייטיגען פין די בעקריי
אין אפילו אריין אל הקודש פנימה צום רבין אין דער רבי האט עם אנגעשריגען דריי מיר נישט קיין קאפ אין ער האט נעבעך געמוזט עס אריין לייגען אין זיינע ארכיווען צוזאמען מיט אלע זיינע
צובלאזענע זייפען בלאז פלנער וואס האבן געקראכט
תוקן על ידי - ekstein - 19/03/2004 1:56:57
תוקן על ידי - ekstein - 19/03/2004 2:06:40
די פרייזען פון די מצות זענען די זעלבע ווי פאריאהר
זעכצען דאלער א פונט שלימים
קוקט אויפן צעטל אויף דער וואנט דארט
בית רחל איז אלעמאהל הארטער און טייערע
1) סאטמאר איז "קיינמאל" נישט געווען די טייערסטע מצות, סתם פון פינגער ארויסגעזויגען.
2) בית רחל מצות האט פאריאר געקאסט 16 דאללער, און היי יאר 17 דאללער.
3) די סאטמאר בעקעריי אין וויימ"ס איז די טייערסטע סאטמאר בעקעריי פון אלע סאטמארע בעקערייען.
4) אין דער בלאט איז דא אן עד פון א צדקה קרן, וואס גייט פארקויפען מצות אין ווימ"ס און אין ב"פ, פאר 10.99 א פונט.
הצלחה און ברכה פאר די עסקנים
די 10.99$ א פונט איז סאטמארער מצות אדער קרית יואל?
קרית יואלער מצות פלעגט אמאל אויך זיין פאר 8$ ביג דיל
וואס זענען די פרייזן היי יאר אין די בעקערייען?
זענען די מצות אין קרית יואל ווייניגער מהודר פין די מצות אין ווילי?
און טאמער יא מיט וואס?
יישר כח פאר דער וואס ענטפערט. ביטע נאר שרייבען דער אמת.
קיינער האט נישט גענומען די מי און אפגערופן קיין קרית יואל געוואויר צו ווערן וויפיל זיי בעטן?
זיי זענען איינשטימיג מיט די פרייזן פון וויליאמסבורג, אבער זיי קענען נישט ארויסגעבן מער פון 30 טויזנט פונט מצות ווייל זיי האבו נישט די רוסישע וועלגערערס. און נאר 11 וועלגערערס ארבעטן דארט במשל פונען סעזאן.
גייט און איבערצייגט אייך
וויליאמסבורג פארקויפט אן ערך פון צוויי הונדערט טויזנט פונט! קרית יואל בית אופה המהודרת... 30 טויזנט...
שור שנגח האלט נישט אויס די מייקרי שער...
וואו איז מאנרא ווען ס'קומט צום מייקר השער זיין ביי די האוזינג?...
צו בעטן 50-60 טויזנט דאלאר פאר א רעגירונג דירב איז וואס?...
ביטע זע אז די בית אופה המהודרת... זאל נישט בעטן אזא הויכע פרייז ווי די מייקרי השער פון די זאליס...
קיינער קען נישט ענפערן?
האט איר שוין געקויפט מצות?
האט איר געטשעקט פרייזן?
ווער סווייסט ביטע ענטפערן
וויפל איז א פונט סאטמאר וומסבורג געהעריגע?
וויפל איז א פונט סאטמאר וומסבורג בית רחל?
וויפל איז א פונט סאטמאר וומסבורג רחיים של יד?
וויפל איז א פונט סאטמאר וומסבורג ספעלט מצות?
וויפל איז א פונט סאטמאר קרית יואל געהעריגע?
וויפל איז א פונט פאפא צעהליםגעהעריגע?[
ווייסט עמיצער וואו מ'קען באקומען מצות פאר ביליג אין בארא פארק?
א דאנק אייך!
דאס איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען קויפן מצות פאר ביליג איז – סטרייץ...
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין, פארוואס די סאטמארער מצה בעקערי איז גרעסער פונעם בית אופה המודרת... אין קרית יואל?
אויב אהרן איז דער רוב וויאזוי איז דאס מעגליך?..
ווער עס קען ענטפערן איז וועלקאם אפילו שור-שנגח...
סאטמאר וומסב
געריגע 16
רש"י 22
פויליש,
אלא מאי מוז טאקע זיין אז ר' זלמן לייב האט דער רוב, ווייל די מצה בעקעריי אין וומ"ס איז גרעסער פון קרית יואל!
דא ליגט די הונט באגראבן!
אינטערסאנט סיז קיינעם נישט בייגעפאלן ביז איצט?
כ'האב באמערקט א אינטערסאנטע זאך אז
.. ... .... ... ... {ווער עס געדנקט אים נאך}
שרייבן אלע מיטן זעלבן, לשון ניצן די זעלבע ארגימענטס,{למשל,ווער עס האט מער,אהרן קען נישט קימען אין ראדני,אייביג ביזי מיט יענעמם קליגשאפט,וכדומה}
אין נאך מער,זיי שרייבן קיינמאל נישט באנזאם ווען איינער שרייבט שרייבט נישט דער צווייטער
מיר זעט אויס אז עס איז איין מענטש,עס איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא ווייל ער שרייבט סיי ווי נישט ווי די גרעסטע חכים עס איז אבער אינטערסאנט אנצימערקן
תוקן על ידי - אינגערמאן - 08/04/2005 7:55:10
getme,
האסט א פוינט, אלע קומען זיי מיט די זעלבע כיטרע אויסדרוקן, ווי למשל:
"קלוגע אידן האבן זיך געווערטלט"
(דאס מיינט, א דשאוק וואס ער האט איצט אויסגעטראפן)
"די וומ"ס גאסן זענען געווען אויסגעליידיגט פון אהרונים"
(דאס מיינט, אז ער האט זיך ארומגעדרייט אויפן גאס אפאר שעה און קיינער האט איהם נישט נאכגעשריגן)
"סיז א נחת צו זעהן ווי דו שעלטסט"
(דאס מיינט ער שעפט נחת ווען מ'שעלט איהם)
"היינט האט אן אהרוני זיך אויסגערעדט צו מיר"
(דאס מיינט, אז ער איז א סייקייעטריסט און מענטשן רעדן זיך אויס פאר איהם)
ביי דע וועי האב איך היינט געזען די גערויסע אהרוני י. ר. קויפן די טייערע סאטמאר ווילי מצות.
וויל איך פרעגן א שווערע קשיא?
וואס איז שלעכט מיט קר"י מצות!!
אויב איינער האט א תירוץ זאל ער זאגן
עפל, י.ר. טעלעפאן נומ. איז ליסטעד, קענסט איהם אנרופן פרעגן.
דער אשכול הייסט מייקרי השער!
די מצות אין קרית יואל קאסטן דאס זעלבע ווי אין וויליאמסבורג...
נו וואו קומט דא אריין מייקרי השער?
אין קר"י האט מען ערפינעדן א רובערישע וועג צי מאכן געלט פין די מצותחוץ די העכרונג אין פרייז
אז מען וועגט אפ די מצות בשעתן קויפן אין מען רעכנט פינקטליך אויף די וואג
למשל ביז היינט א באקס וואס איז געשטאנענן "צווי א האלב פונט" איז אייביג געווען עטוואס מער ווייל עס קען דאך נישט זיין פינקטליך.היינט אז מען וועגט אפ יעדע באקס בשעתן קויפן צאלט מען אפלוי עס איז נאר א פעני מער
דאס הייסט רויבער ווייל עס איז געניג טייער אזוי אויך
טיט מען עס אין נאך פלעצער???