היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הרה"ח הישיש ר' ליפא לעפקאוויטש ז"ל

הרה"ח הישיש ר' ליפא לעפקאוויטש ז"ל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #848020

גלאנץ » 14/3/2004 19:04

שבת איז נסתלק געווארן לאנגיעריגער יו"ר פון קרן הצלה, הרבני החסיד הישיש המפורס רבי חנני' יו"ט ליפא לעפקאוויטש זללה"ה.

ער איז געווען 98 יאר כולם שווים לטובה.

בןמנוולאב » 15/3/2004 01:23

וואספארא ירושה האט ער איבערגעלאזט ברוחניות ובגשמיות?

majyar718 » 15/3/2004 03:34

אזוי זעהט עטץ אויס אפילו פון א חשוב׳ן נפטר מאכט עטץ א געשפאט

מנהל איך מיין מען קען ענדיגן דעם אשכול

שורשנגח » 15/3/2004 04:41

מען האט אויפגענומען הרבני החסיד ר' משה בצלאל בוידעק שליט"א אלס יושב ראש פון קרן הצלה.

ר' משה בצלאל איז אן אהרוני ער שטיצט זיי ברוחניות ובגשמיות, און כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א האט אים אריין געשטעלט אלס סגן יו"ר בשעתו.

די זאלי'ס זענען נישט צו פרידען דערמיט און פלאנען א מלחמה כבידה דערקעגען.

אלע ווינטשען פאר ר' משה בצלאל פיל הצלחה און ברכה

בןמנוולאב » 15/3/2004 16:25

וועגן דעם טאקע, ווען ר' משב בצלאל איז געלעגן על ערש דווי אין שפיטאל פאר א יאר, איז אהרן טייטעלבוים נישט געקומען באזוכן.

און דערגעגן דער סאטמאר רב, הגה"צ רבי זלמן לייב שליט"א האט עם צווי מאל באזוכט אין שפיטאל.

און טאקע ווייל ער איז אן "אהרוני" (לפי שיטת שור שנגח'ל) האט ער אנגעקאלט די הנהלת העדה החרדית פאר א יאר חודש ניסן, אז קרן הצלה שטיצט דעם קאנדידאטור פון הגריח"מ פריעדמאן אלס גאב"ד.

טאקע וועגן דעם ווייל ער איז אן "אהרוני" (לפי שיטת שור שנגח"ל) האט ער מיט זיך שטענדיג ר' מענדל שווימער שליט"א דער ראה"ק פון קהל ויואל משה אלס יד ימינו, און וועגן דעם איז ער געקומען מיט עם פאר א האלבע יאר אין ירושלים אויסטיילן די האלב יעריגע שטיצע, און די צווי זענען אויפגענומען געווארן בכבוד מלכים דורכ'ן ביד"צ.

שור שנגח די ביסט טאקע א שור אבער מיר זענען נישט.

מן_הסתם » 15/3/2004 19:44

אלעס וואס די שרייבסט איז בחזקת קרעפ.
אלע דיינע: האלט זיך געשפאנט נייעסן

אלע דיינע סקופס זענען ליגענט.
אויסגעזויגן פון פינגער
שקר פון קאפ ביז פיס

נאך א ווינגער אז יעדער האלט זיך אונטער מיט דיינע אויסגעדראשענע באבקעס.

זהו עונשו של רמאי!
מ'גלייבט אים קיינמאל נישט.
האב נישט קיין טענות צו די מענטשן.

תוקן על ידי - allnewspic - 15/03/2004 20:21:59

שורשנגח » 15/3/2004 22:03

הא הא הא

א שקרן איינס אין דער וועלט!

ר' משה בצלאל וואס איז קנאפע 50 יאר איז קראנק אין שפיטאל..

ר' משה בצלאל האט געקאלט אז מען זאל אויפנעמן דעם דיין...

און זאלי באזיכט אים גאר צוויי מאל אין שפיטאל...

זאג שוין 21 מאל (יאר) צוריק...

הא הא הא

ר' משה בצלאל איז גאר א זאלי...

הא... הא... הא...

חאצקעל » 15/3/2004 22:08

נגח,
מאך דיך נישט תמ'עוואטע ! ! ! ! !
הרב בוידעק איז דער ירושלימ'ער גר מיט 27 יאר צוריק.
אוודאי איז ער פאר'ן דיין ר' מנשה
די קשיא איז נאר וויאזוי האלט די גיורת?