היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אַ טישו

אַ טישו

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #838378

Knacker » 7/3/2004 08:59

אַ טישו!
צו זינגן צו דער ניגון פֿון עננו

אַ טישו, אַ טישו, איך בעט אײַך מיט רחמנות אַ טישו
אַ טישו, אַ טישו, ס'מוז נישט זײַן אַ קלינעקס אַבי אַ טישו
אַ טישו אױ װײַ, ס'קען נאָר זײַן אַ 3-פּלײַ
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

אַ טישו אַ טישו ס'איז אַזױ װי זאַלץ־װאַסער בײַ דער קערה
אַ טישו אַ טישו ס'װערט מיר פֿאַרחזרט דער מאַסקאַראַ
אַ טישו אַ טישו אױ ליפּסטיק אױף אַ טישו 'זנישט אַ מעלה (און גאָר אַ שאלה)
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

אַ טישו מי גלה לבני זה הרז אַ טישו
אַז אַ ניגון קען מאַכן ס'זאָל רינען פֿון דער נאָז אױ אַ טישו
אױ אַ טישו אױ אַ טישו

אַ טישו קוקט! ס'װײנען אַלע אימהות אַ טישו
איבער אַ ניגון װאָס איז מוקצה מחמת דמעות אױ אַ טישו
אַ טישו אַ טישו אַ טישו


אַ טישו אַ טישו װער װאָלט געגלײבט אַז ס'זאָל אַזױנס װערן
אַ טישו אַ טישו אַז פֿון אַ ניגון װאָס לאָזט זיך קױם הערן
אַ טישו אַ טישו זאָל װערן משיב הנאָז ומוריד הטרערן
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

אַ טישו אַ טישו יהי רצון שתשים דמעותײַ
אַ טישו אַ טישו שענק מיך נאָך טרערן אױ װײַ
אַ טישו אַ טישו כאָטש דער ניגון איז הלוך ילך ובױך־װײַ
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

אַ טישו ס'איז געבליבן נאָך אײן טרער אַ טישו
אַ טישו אױ די פּושקע'ס אינגאַנצן לער אױ אַ טישו
אױ אַ טישו אױ אַ טישו

אַ טישו זאָל אונדז גאָט שענקן אַ פּאָר גוטע בדחנים אַ טישו
און ס'זאָל מקויים װערן ומחה ה' דמעה מעל כּל פּנים אױ אַ טישו
אַ טישו אַ טישו אַ טישו

נכתב על ידי קטלא קניא

בארא_פארק » 9/3/2004 03:48

זיי נישט ברוגז, אבער די poem איז בלי טעם. אפשר האב איך נישט ליב דיין style אין poetry אבער פונדעסוועגען טי איך דיר בייליגען א tissue.
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 9/3/2004 11:25

בארא-פארק, קטלא-קניא דארף אביסל אטענטשען ס'דארף נישט שטימען

Knacker » 10/3/2004 03:17

He doesn;t need attention, he is a guen adir and a chuchem mifleg

משוגענער » 10/3/2004 03:24

is this supposed to be a song? which song is it than?

jacket » 10/3/2004 03:26

עננו

shia550 » 10/3/2004 04:25

קנאקער איך געדענק נאך דיין פורים תורה אז קטלא קניא איז א תלמיד חכם פון חדשות נו יארק ,
וואס זאל איך דיר זאגען איך זיך זיין תורה אין זיין חכמה אין איך טרעף נישט מער ווי א אידישיסטישע WANABEE

אויך מיר א מבין