דיני פורים
מחצית השקל:
א יעדער מאן פון 20 יאר אלט און העכער, און עס זענען דא וואס לערנען, פון 13 יאר און העכער (מג"א סק"ג) דארפן געבען 3 האלבע שקלים פאר מ'דאווענט מנחה (רמ"א תרצ"ד ס"א). דער מנהג איז אז דער טאטע געט אנשטאט זיין ווייב און קליינע קינדער (כף החיים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק לכפר על נפשתכם).
תפלת ערבית:
צו תפלת ערבית טוט מען זיך אן שבת'דיגע בגדים מ'דאווענט מעריב, ביי די שמונה עשרה זאגט מען "על הנסים" ביי מודים, נאך שמונה עשרה זאגט מען קדיש "תתקבל" נאך דעם ליינט מען די מגילה. נאך קריאת המגילה זאגט מען "ואתה קדוש" (מ'הייבט נישט אן "ובא לציון גואל" דאין גאולה בלילה), קדיש [אן תתקבל] "עלינו".
שכח על הנסים:
אויב מ'האט פארגעסן צו זאגן על הנסים ביים דאווענען דארף מען נישט איבערדאווענען, און אויב מ'האט פארגעסען ביים בענטשן דארף מען נישט איבערבענטשן פאר הרחמן הוא יזכנו, זאל מען זאגן "הרחמן הוא יעשה לנו נסים שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, בימי מרדכי ואסתר וכו'.
ברכות המגילה:
דער וואס ליינט די מגילה (בעל קורא) זאגט פארן ליינען 3 ברכות א) אקב"ו על מקרא מגילה, ב) שעשה נסים, ג) שהחיינו. אויך בייטאג זאגט מען דריי ברכות מ'זאל נישט זאגן "ברוך הוא וברוך שמו" ווייל עס איז א הפסק מ'זאל נאר ענטפערן אמן נאך די ברכה
ברכת אחר המגילה:
נאך קריאת המגילה "בציבור" זאגט מען די ברכה הרב את ריבנו, נאך דעם זאגט מען אשר הניא, און שושנת יעקב. בייטאג זאגט מען נאר די ברכה הרב את ריבנו, און שושנת יעקב, מ'זאגט נישט אשר הניא
כוונת שהחיינו ביום:
בייטאג ווען מ'זאגט די ברכה "שהחיינו" דארף מען אויך אינזינען האבן יוצא צו זיין די "מצות היום" פון משלוח מנות, און סעודת פורים.
זמן קריאת המגילה:
אלע מענטשן מענער, פרויען, און קינדער (שהגיע לחינוך) זענען מחיוב צו הערן ליינען די מגילה ביינאכט און בייטאג. ביינאכט איז די צייט פון נאך צאת הכוכבים. און בייטאג איז די צייט פון נץ החמה.
קריאת המגילה:
מ'דארף אינזינען האבן אז מ'וויל מקיים זיין די מצוה פון קריאת המגילה.און אויב האט מען נישט אינזין געהאט יוצא צו זיין די מצוה איז מען נישט יוצא און מ'דארף נאכאמאל איבערליינען.דער בעל קורא דארף אויסשפרייטען זיין מגילה אזוי ווי א בריוו כדי צו ווייזן פאר יעדעם דער נס. עס איז גוט אז צוויי מענטשן זאלן שטיין נעבען בעל קורא, איינער פון זיין רעכטע זייט, און איינער פון זיין לינקע זייט מ'טאר נישט רעדן פון ווען מ'זאגט די ברכות ביז נאך די ברכות פון קריאת המגילה. מ'ליינט שטייענדיג (מפני כבוד הציבור). עס איז גוט אז מ'זאל אריינקוקן אין א כשר'ע מגילה און אויסהערן דאס ליינען, און אויב מ'האט נישט געהערט איין ווארט, זאל מען זאגן אין די מגילה, ביז ווי דער בעל קורא האלט.מ'פירט זיך צוקלאפן מיט די פיס ווען מ'דערמאנט "המן". מ'זאל נישט צופיל קלאפן. כדי נישט צושטערן דאס ליינען. מ'פירט זיך צו זאגן הויך די פיר פסוקים (של גאולה) א) איש יהודי, ב) ומרדכי יצא מלפני המלך, ג) ליהודים היתה אורה ושמחה, ד) כי מרדכי היהודי. דער "מנהג העולם" איז צו זאגן הויך מיט איין אטעם פון חמש מאות איש ביז עשרת בני המן.
סעודת הלילה:
ביינאכט (ליל י"ד) נאך מגילה ליינען זאל מען מאכן א סעודה, און זיך משמח זיין אבער דער רמ"א פסק'נט אז דאס איז נישט דער עיקר סעודת פורים.
תפלת שחרית
מ'דאווענט שחרית אזוי ווי אינדערוואכן. ביי די הויכע שמונה עשרה זאגט מען "יוצר" קרוב"ץ לפורים. מ'זאגט נישט קיין תחנון. און נישט למנצך יענך ה' ביום צרה ווייל עס איז נישט קיין יום צרה. מ'זאגט נישט קיין הלל פורים (אזוי ווי מ'זאגט יעדן יום טוב), ווייל דאס מגילה ליינען איז אזוי ווי הלל (מסכת ערכין דף י' ע''ב).
קריאת התורה:
מ'ליינט אין פרשת בשלח "ויבא עמלק". דריי מענטשן זענען עולה לתורה. נאך דעם ליינט מען די מגילה. נאך קריאת חמגילה זאגט מען אשרי, ובא לציון, מ'זאגט דעם יום, און קוה, און עלינו.
מתנות לאביונים:
דארף מען געבען בייטאג. און א יעדער אפילו דער גרעסטער ארימאן דארף מקיים זיין די מצוה פון "מתנות לאביונים". מ'דארף געבען פאר 2 ארימלייט "2 אנדערע מיני מתנות". אויב מ'האט געשיקט קליידער האט מען יוצא געווען.
משלוח מנות:
דארף מען שיקן דווקא דורך א שליח (שנאמר ''משלוח" מנות) אזאך וואס מ'קען עסן (לאפוקי בגדים). די מצוה איז, אז מ'זאל שיקן צום ווייניגסטענס 2 מתנות עסנווארג פאר איין מענטש (שנאמר "ומשלוח מנות" א לשון רבים ''איש לרעהו'' צו איין מענטש). און וואס מער מ'פארמעט "הרי זה משובח". מ'זאל שיקן זיסע שפייזן און נישט שארפע שפייז. מ'דארף זעהן צושיקן עסנווארג וואס מ'קען תיכף עסן נישט רויע מאכלים.
טעם המצוה:
כדי צו פארמערן ליבשאפט צווישן אידישע קינדער.
סעודת פורים:
די סעודה פון פורים דארף מען עסן בייטאג. מ'פירט זיך אז מ'דאווענט מנחה ווען ס'איז נאך אינמיטן טאג, נאך דעם מאכט מען די סעודה. מ'איז מחיוב צוטרינקן אזוי פיל וויין אז מ'זאל נישט וויסן קיין חילוק צווישן "ברוך מרדכי" און "ארור המן".און עס זענען דא וואס לערנען אז מ'זאל נאר טרינקן מער ווי מ'טרינקט א גאנץ יאר, און מ'זאל זיך לייגן שלאפן, אזוי וועט מען נישט וויסן א חילוק צווישן ברוך מרדכי און ארור המן אפילו מ'ענדיגט די סעודה ווען ס'איז שוין נאכט שושן פורים זאגט מען על הנסים.
מנהגי סעודת פורים:
עס איז גוט אז מען זאל לערנען תורה פאר די סעודה. דער טעם איז ווייל עס שטייט אין די מגילה ליהודים היתה אורה, "אורה" דרשו חז"ל אז דאס מיינט די תורה און נאך דעם שטייט "שמחה" וואס דאס איז דער סעודה. עס זענען דא וואס לערנען "הלכות פסח", ווייל דאס איז 30 טעג פאר פסח, די צייט ווען מ'דארף אנהייבן צו לערנען הלכות פסח. און אזוי האט זיך אויך געפירט דער הייליגע חתם סופר, ומרן הדברי יחזקאל זי"ע.
עס זענען דא פוסקים וואס לערנען אז מ'איז נישט יוצא די סעודת פורים נאר אויב מ'וואשט זיך און מ'עסט צום ווייניגסטענס א כזית ברויט.
המן טאשן:
עס איז א מנהג צו עסן א קיכל וואס האט 3 עקן, און מ'רופט דאס המן טאש. עס האט דריי עקן דערפאר ווייל אויב די אידן וואס זענען צוזאמען געשטעלט פון דריי מחנות (כהנים לוים ישראלים), וועלן מקיים זיין די דריי זאכען אויף דער וועלט שטייט (תורה, עבודה, גמילות חסדים,), וועלן זיי געהאלפען ווערן מיט די דריי זאכען (בני, חי', ומזויני,).
(הטעם של כ"ק אדמו"ר הפורים רב שליט"א)
עס איז א מנהג אז יעדער זאל עסען דריי המן טאשן וואס האבען דריי עקן, אלץ די טעם פון די דריי מחנות, דריי זאכען אויף וואס די וועלט שטייט, און דריי ברכות וואס מען איז זוכה צו דעם. דריי דיך נישט צופיהל ווייל מען קען ח"ו פאלן. זאל מען זעהן אז אין יעדער היים זאל מען באקען גענוג המן טאשען און מען זאל זוכה זיין צו האבן דאס וואס איז געלעגן און המן'ס טאשן.
(כ"ק הפורים רעבצין תליט"א)
לבישת פרצופים:
עס איז א מנהג אז מ'פארשטעלט זיך, מ'טוט זיך אן א מאסק.
שושן פורים:
ווערט אנגערופן דער 15'טער טאג פון חודש אדר, מ'פירט זיך צו מאכן א סעודה אין דעם טאג, און זיך משמח זיין. מ'זאגט נישט על הנסים. עס זענען דא פירן זיך צו גיין מיט בגדי שבת מ'מעג ארבעטן.
טעמים פארואס מ'קלאפט ווען מ'דערמאנט דעם נאמען פון המן:
טעם א:
אין פסוק שטייט (שמות י"ז, יד) כי "מחה" אמחה את זכר עמלק (דער אויבערשטער זאגט איך וועל אויסמעקן דאס געדענקעניש פון עמלק), און"מחה" איז א לשון פון קלאפן, א רמז אז מ'דארף קלאפן ווען מ'דערמאנט דעם נאמען פון המן וואס איז אן אייניקל פון עמלק (נופת צופים).
טעם ב:
עס שטייט אין ספר מדרש אליהו (פון בעל שבט מוסר) אז ער האט מקבל געווען פון זיינע רבי'ס, אז ווען מ'קלאפט ווען מ'דערמאנט דעם נאמען פון המן און זיין ווייב און קינדער, מאכט דער אויבערשטער אז ער זאל שפירן די קלעפ, און ער האט דערפון צער, און יעדער איינער דארף אים מצער זיין.
טעמים פארוואס מ'פארשטעלט זיך פורים:
טעם א:
די גמרא זאגט (מגילה י"ב ע"א) אז די תלמידים האבן געפרעגט רבי שמעון בן יוחאי פארוואס איז געווען דער שטארף אז מ'זאל ח"ו אויס'הרג'נען די אידן? האט ער זיי גענטפערט, ווייל די אידן האבן זיך געביקט צום צלם פון נבוכדנצר. האבן די תלמידים ווייטער געפרעגט, און פארוואס זענען זיי צום סוף געראטעוועט געווארען? האט רבי שמעון בן יוחאי גענטפערט, ווייל די אידן האבן זיך נישט געביקט צום צלם ווייל זיי האבן זיך באמת געוואלט ביקן צו די עבודה זרה, נאר עס האט אויסגעזען פון אינדרויסן אז זיי האלטן אז דאס איז אן עבודה זרה. דאס זעלבע האט דער אויבערשטער געשטראפט די אידן, אז ס'האט אויסגעזען אז מ'וויל זיי הרגאגנען. זאגט דער הייליגער בני יששכר זי"ע אז דערפאר איז דער מנהג אז מ'פארשטעלט זיך פורים, צו ווייזן אז די גאנצע גזירה איז נאר געווען פארשטעלטערהייט.
טעם ב:
די ספרים שרייבן אז פלעגט זיך פירן אין די שטעטלעך, אז פאר פסח האט דעטיילט קמחא דפסחא (מעהל אויף פסח) דאס מיינט אז מ'האט געגעבן געלט פאר די ארימעלייט וואס האבן נישט געהאט גענוג געלט פאר פסח, אבער עס זענען געווען אזעלכע עשירים וואס זענען נעבעך געווארען ארימעלייט און זיי האבן זיך געשעמט צו גיין נאך געלט צו די גבירים ווייל יעדער וועט זעהן ווי זיי דארפן גיין נאך געלט, און אזוי ווי אידן נדבנים גבירים געבן פורים צדקה מיט א ברייט האנט, האבן די ארימעלייט אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיי האבן זיך אנגעטוהן מאסקעס און זיך פארשטעלט און געטוישט דאס קול כדי מען זאל זיי נישט דערקענען און אזוי זענען זיי אריין צו די גבירים און באקומען שיינע נדבות, א שטיק צייט שפעטער האבן די סתם ארימעלייט אויך נאכגעטוהן די זעלבע, ביז די גוים האבן זיך דערוויסט דערפון און זיי האבן אויך נאכגעטוהן די זעלבע זאך זיי האבן זיך פארשטעלט און געגאנגען בעטן געעלט ביי די אידן, דורך א צופאל האט מען זיך דערוויסט אז א גרויסע טייל פון די אידעשע געלט גייט פאר די גוים, האט מען מתקן געוועהן און אלע קהילות אז ווי מען גייט נאך געלט זאל מען זאגן פורים תורה, וואס דאס קענען די גוים נישט נאך טוהן און אזוי האט מען אויסגעפונען ווער עס איז א איד און ווער עס איז א גוי פון דעם נעמט זיך דעם מנהג פון זיך פארשטעלן און זאגן פורים תורה.
טעם פארוואס מ'עסט המן טאשן אין פורים:
ווייל עס שטייט אין מדרש, אז ווען המן האט געזען די 3 אבות אברהם יצחק און יעקב, זענען זיינע כוחות אפגעשוואכט געווארען, און דער פסוק זאגט (תהילים) וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק.
טעמים פארוואס מיר פירן זיך צו עסן קרעפלעך:
(דאס איז א טייג אנגעפילט מיט פלייש)
טעם א:
ווייל עס איז גוט:
טעם ב:
ווייל יעדן יום טוב איז א מצוה צו עסן פלייש, ווייל דאס ברענגט אז מ'זאל זיין פריילעך, און יעדן יום טוב טאר מען דאך נישט ארבעטן, פורים מעג מען יא ארבעטן, קומט אויס אז דאס איז א באהאלטענער יום טוב, דערפאר באהאלט מען דאס פלייש וואס ווייזט אויף שמחה.
טעם ג:
ווייל ווען מרדכי הצדיק האט זיך געווענדעט צו די חכמים איבער די וועלט אז מ'זאל באשטימען דעם טאג פורים פאר א יום טוב פון זיין פריילעך, האבן זיי נישט געוואלט, ווייל זיי האבן געזאגט אז די גזירה וואלט קיינמאל נישט אויסגעפירט געווארען צוליב אסתר המלכה. אויך האבן זיי נישט געוואלט גלייבן אז מ'וואלט אויסגע'הרג'ט אלע אידן פאר גארנישט. דערפאר האט מרדכי הצדיק ארויסגעשיקט בריוו, און געגעבען צופארשטיין דאס גרויס רשעות און אכזריות פון אחשורוש, אז ער קען אלעס טאן, און וויבאלד מ'האט מורא געהאט אז די בריוו זאלן נישט געזען ווערן דורך אומגעוואונטשענע עלעמענטן, וואס וועלן אים פאר'מסרן פארן קעניג, אז ער שרייבט שלעכטץ קעגן קעניג, האט ער געמאכט א חכמה: ער האט אפגעבאקן קיכלעך, און אריינגעלייגט דערינען די בריוו, אזוי אז עס איז פאר קיינעם נישט איינגעפאלן דארט צו זיכן, און דורך דעם זענען זיי געראטעוועט געווארען פון יעדע צרה.
(מנוחה.וקדושה).
והשתיה כדת אין אונם כי כן יסד המלך על כל רב ביתו לעשות כרצון איש ואיש:
מ'קען אזוי זאגן פשט אין פסוק והשתיה ווען איינער לערענט תורה כדת ווייל השי"ת האט געהייסן אין אונס און נישט געצווינגענערהייט כי כן ווייל אזוי דארף טאקע צו זיין יסד המלך האט השי"ת געמאכט א געזעץ לעשות אז ער וועט טאן כרצון איש ואיש אזוי ווי דעם ווילן פון דעם מענטש, אז וואס ער בעט באקומט ער.
(בארת המים)
וכל עבדי המלך אשר בשער המלך כורעים ומשתחוים להמן כי כן צוה לו המלך ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה וגו' כי הגיד להם אשר הוא יהודי:
לכאורה איז שווער א קשיא, פארוואס האבן די קנעכט געדארפט זאגן פאר המן אז מרדכי איז א איד, ער האט דאך דאס אויך געוויסט? מ'קען זאגן אז אזוי איז דער פשט אין פסוק וכל עבדי המלך אשר בשער המלך כורעים ומשתחוים להמן אלע קנעכט פונעם קעניג האבן זיך געביגט פאר המן כי כן צוה המלך ווייל אזוי האט דער קעניג באפוילן, און אויך האט דער קעניג באפוילן ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה אז מרדכי דארף זיך נישט ביקן פאר המן, ווייל ער איז אויך א חשובער מענטש. וואלט דאך מרדכי געקענט זאגן א תירוץ, אז פאר דעם ביקט ער זיך נישט פאר המן, ווייל דער קעניג האט געזאגט אז ער דארף זיך נישט ביקן פאר המן. אבער מרדכי הצדיק האט געזאגט אז פאר דעם ביקט ער זיך נישט צו המן אשר הוא יהודי ווייל ער איז א איד, און א איד טאר זיך נישט ביקן צו עבודה זרה. און דאס האט זייער אויפגערעגט המן, אז ער רייצט זיך מיט אים.
(קדושת לוי)
ויצא המן ביום ההוא שמח וטוב לב:
ביי א הייליגע זאך פאסט צו זאגן "שמח וטוב לב" [אז מ'איז גיט אויפגעלייגט, און פרייליך] פארוואס שטייט "דאס לשון" ביים רשע המן אז ער איז געווען פרייליך און גוט אויפגעלייגט? נאר עס שטייט אין ספרים הקדושים, אז אויב מ'עסט ביי א טיש פון א צדיק, ווערט מען געהייליגט. לויט דעם, ווייל המן האט געגעסן פונעם סעודה פון די צדיקת אסתר, איז אין אים אריין אביסל פון די קדושה. וועגן דעם איז ער געווען פרייליך און גוט אויפגעלייגט. און אין דעם זכות האט ער זוכה געווען, אז זיינע אייניקליך האבן זיך מגייר געווען, און געלערענט תורה אין בני ברק.
(תפארת שלמה)
דער חיד"א שרייבט אז דער יום טוב פורים האט אין זיך די בחינה פון אלע ימים טובים:
פסח: איז מען ארויסגעגאנגן פון קנעכטשאפט צו פרייהייט, אזוי אויך פורים איז מען געראטעוועט געווארען פון טויט צום לעבן.
שבועות: האבן די אידן מקבל געווען די תורה, אויך פורים האבן זיי נאכאמאל מקבל געווען די תורה.
ראש השנה: משפט מען דעם מענטש אויב מ'זאל לעבן אדער שטארבן, אזוי אויך דעמאלס האט מען געמשפט די אידן צו די גזירה זאל בלייבן אדער בטל ווערן.
יום כיפור: איז השי"ת מוחל די עבירות, אויך דעמאלס האט זיי השי"ת מוחל געווען פארוואס זיי האבן גע'געסן ביי די סעודה פון אחשורוש.
סוכות: איז א רמז וואס השי"ת האט ארימגענומען די אידן אינעם מדבר מיט וואלקענעס, און דעמאלס האבן זיך אסאך גוים מגייר געווען און א איד באשיצט זיך אינטער די פליגלעך פון די שכינה. און פאר דעם האט מען טאקע באשטימט אז דער יום טוב זאל הייסן "פורים", ווייל אין דעם ווארט זענען מרומז אלע ימים טובים פ'סח ו'סוכות ר'אש השנה י'ום כיפור מ'תן תורה.
(בני יששכר)
קדושת יום הפורים:
צדיקים האבן געזאגט אין נאמען פון "תלמידי בעל שם טוב זי"ע" אז ס'איז א סגולה פורים אויפצושטיין פארטאג'ס און פארמערן תפלה פאר'ן הייליגן באשעפער, אויף גוטע קינדער און פרנסה און אריכת ימים, וועגן זיך און וועגן די קרובים. ווייל פורים איז א טאג וואס א יעדער איד ווערט באוויליגט פארן אויבערשטען, און אלע וועלטן זענען בשמחה, און ברצון. און אויף דעם זאגט די גמרא (בבא מציעא ע"ח) אין מדקדקין בדבר ובמעות פורים, נאר כל הפושט יד נותנין לו (שלחן ערוך או''ח ס' תרצ"ד ס''ג). און ווער ס'טרינקט וויין, איז גלייך ווי מ'וואלט גע'פאסט משבת לשבת. און אלע דינים ווערן צוריסן. און ס'ווערט צובראכן דער וואנט וואס מאכט א צווישענשייד צווישן די אידן און דעם אויבערשטען.
(סגולת ישראל).
עס שטייט אין זוהר הקדוש אז יום כיפור איז אזוי ווי פורים. מרדכי ואסתר האבן געפועלט אז ס'זאל נישט זיין קיין שום קטרוג אויף אידישע קינדער אזוי ווי יום כיפור.
(מאור ושמש)
תשועתם היית לנצח [זייער הילף איז אויף אייביג] דאס איז א רמז אז די ישועה פון פורים בלייבט אויף אייביגע ישועה און יעדעס יאר קען מען פועל'ן ישועות.
(שפת אמת)
וואס מ'בעט פונעם אויבערשטען אין פורים באקומט מען.
(דברי יחזקאל).
כל הפושט יד נותנין לו, אין מדקדקין במעות פורים (ב''מ ע''ח) דער אויבערשטער איז דאך מקיים די מצות פון די תורה, און דער אויבערשטער געט אויך "צדקה" און ער געט וואס מ'בעט פון אים.
(פרי צדיק).
והימים האלה און די טעג האבן אין זיך א סגולה נזכרין אז תיכף ווען מ'דערמאנט זיך צובעטן און מ'בעט ונעשין ווערט דאס געטאן פון הימל.
(תורות חיים)
עניני תענית אסתר:
מעלת שלשה ימים:
י"א י"ב י"ג אדר זענען גלייך צו די "שלשת ימי הגבלה" פון שבועות. ווייל אין פורים האבן די אידן נאכאמאל מקבל געווען די תורה.
(שם משמואל)
טעם התענית:
אזוי ווי אין די צייטן פון מרדכי און אסתר האבן זיך די אידן איינגעזאמעלט און מתפלל געווען צום אויבערשטען אז ער זאל זיי ראטעווען פון די רשעים'ס הענט, און מיר טוען אזוי ווי זיי האבן געטאן.
נאך א טעם: ווייל פורים איז א מצוה זיך צו פרייען, צו עסן און צו טריקן אסאך וויין, דעמאלס קומט דער שטן, און איז מקטרג אויף די אידן, אז זיי לערנען גארנישט, נאר זיי עסן און טרינקן פאר זייערט וועגן, און ער וויל פארשטערן די שמחה של מצוה. זאגט דער אויבערשטער פאר'ן שטן, אז ער זאל קוקן וואס זיי האבן געטאן א טאג פאר דעם אין "תענית אסתר" זיי האבן געפאסט, און געזאגט סליחות, און תשובה געטאן, ווייל אזוי האבן די חכמים געהייסן טוהן, אזוי אויך עסן און טרינקן פורים, איז א מצוה ווייל אזוי האבן די חכמים געהייסן! און דעמאלס ווערט פארשטאפט די טענות פון שטן, און גייט ארויס פארשעמטערהייט.
(קדושת לוי)
מעלת היום:
דער טאג איז מסוגל מ'זאל דערמאנען דעם נאמען פון מרדכי און אסתר. און ווער עס דארף רחמים וועגן סיי וועלכע זאך, זאל זאגן קאפיטל "כב" פון תהלים וואס אסתר המלכה האט געזאגט, און נאך דעם זאל מען בעטן פונעם אויבערשטען וואס מ'וויל, און דערמאנען אז מ'זאל געהאלפן ווערן אינעם זכות פון מרדכי און אסתר ותקובל תפלתו ברצון.און זיין תפלה וועט ווערן אנגענומען ביים באשעפער.
(יסוד יוסף - קב הישר)
תפלת מנחה:
מען פירט זיך צוגעבן דריי האלבע שקלים, א זכר צום מחצית השקל וואס מ'האט געגעבן אין חודש אדר מ'געט דריי האלבע שקלים, ווייל אין פרשת כי תשא שטייט דריי מאל דאס ווארט "תרומה".(רמ"א סימן תרצ"ד) מ'זאגט קרבנות, מ'ליינט "ויחל", מ'זאגט די הפטרה. און די וואס האבן געפאסט זאגן ביי די שמונה עשרה "עננו".
קריאה בציבור:
מ'דארף ליינען די מגילה מיט מנין. מרמז צו זיין אז די ישועה איז געקומען ווייל די אידן זענען געווען באחדות.
(שפת אמת)
פושטה כאגרת:
מ'שפרייט אויס די מגילה אזוי ווי א בריוו, מרמז צו זיין אז די ליכטיקייט פון די מגילה ווערט צושפרייט אין די גאנצע וועלט.
(מחשבות חרוץ)
על מקרא מגילה:
עס איז דא אין הימל זייער א הייליגער וועלט, און עס ווערט נישט אנפלעקט נאר איינמאל אין יאר בשעת מ'ליינט די מגילה. און מ'דארף אינזינען האבן בשעת מ'זאגט די ברכה, אז מ'וויל באקומען פון די ליכטיגקייט קדושה, ענווה, יראה, חכמה, בינה, דעת, און עס זאל נישט געשען פאר קיין שום איד א שטרויכלינג, און דער אויבערשטער זאל אונז שוין אויסלייזן פונעם גלות .
(יסוד יוסף פרק פ"ב)
מעלת קריאת המגילה:
בשעת מ'ליינט די מגילה ווערט אויסגעלייטערט די גאנצע וועלט, און דער נפש ווערט אנגעפילט מיט שמחה, און מ'באקומט חשק צו לערנען, און מקיים זיין אלע מצות פון די תורה.
(קדושת לוי)
כוונת קריאת המגילה:
מ'זאל טראכטן אז פון יעדן ווארט וואס מ'זאגט, ווערט באשאפן א ליכטהגקייט, און א מלאך, און מיט יעדן ווארט מאכט מען א נחת רוח פאר השי"ת.
(קדושת לוי)
הכאת המן:
עס שטייט אין שלחן ערוך (סימן תר"צ) אז ס'איז א מנהג צו קלאפן מיט די פיס בשעת מ'דערמאנט דעם נאמען פון המן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ושם רשעים ירקב". און מ'זאל נישט לאכן פון דעם מנהג, ווייל נישט אימזינסט האט מען דאס באשטימט.
עס שטייט אין מדרש אליהו אז בשעת מ'קלאפט מיט די פיס ווען מ'דערמאנט דעם נאמען פון המן, זרש, און זיינע קינדער, מאכט דער אויבערשטער אז זיי זאל'ן שפירן די קלעפ, און זיי האבן פון די קלאפעריי צער.
הרבות שמחה:
מ'זאגט הויך די פיר פסוקים א) איש יהודי ב) ומרדכי יצא ג) ליהודים היתה אורה ד) כי מרדכי היהודי כדי צופארמערן שמחה ביי די קינדער .נאך א טעם ווייל טאמער האט איינער איינגעדרימעלט זאל ער זיך אויפוועקן פונעם גרידער.
מ'זאגט דווקא די פסוקים הויך, ווייל זיי רעדן זיך פון מרדכי הצדיק, וואס דער נס איז געמאכט געווארען דורך אים.
(אבודרהם)
נשימה אחת:
פארדעם זאגט מען מיט איין אטעם פון "חמש מאות איש ואת פרשנדתא וגו' ביז עשרת" ווייל די בני המן זענען געווען הערן אויף די 500 מענטשן אויב מ'האט געמאכט א הפסק האט מען יוצא געווען.
שושנת יעקב:
מען זאגט "שושנת יעקב" ווייל יעקב האט שוין מתפלל געווען אז דער אויבערשטער זאל ראטעווען די אידן פון המן'ס הענט.
(קרבן העני)
ואתה קדוש:
נאך קריאת מגילה זאגט מען "ואתה קדוש" ווייל אין תהלים קאפיטל כ"ב וואס אסתר האט געזאגט שטייט "אלקי אקרא יומם" און פון דעם פסוק לערענט מען ארויס אז מ'דארף ליינען די מגילה, און נאך דעם שטייט אין פסוק "ואתה קדוש" קומט אויס אז מ'זאגט דאס לויטן סדר ווי אסתר האט דאס געזאגט, קודם קריאת המגילה, נאך דעם "ואתה קדוש".
(ספר מנהגים)
התגלות אורות עליונים:
עס ווערט אנפלעקט געוואלדיגע ליכטיגקייטן בשעת מ'ליינט די מגילה.
(אוהב ישראל)
התעוררות מה שהיה בזמן הנס:
א יעדעס יאר בשעת מ'ליינט די מגילה ווערט דערוועקט אין הימל די אלע יחודים וואס מרדכי און אסתר האבן אינזינען געהאט.
(צמח צדיק)
דורך קריאת המגילה טוט השי"ת פאר אידישע קינדער "א יעדעס יאר חסדים" אזוי ווי ער האט געטאן אין די צייטן פון מרדכי און אסתר.
(קדושת לוי)
אמונה:
דורך קריאת המגילה באקומט מען א שטארקע אמונה אין השי"ת, צוויסן אז אפילו די טבע איז אויך פון השי"ת.
(קדושת לוי)
קבלת עול תורה:
עס שיינט אריין א ליכטיגקייט, אז מ'זאל מקבל זיין דעם עול תורה ומצות מיט ליבשאפט.
(קדושת לוי)
תיקון הפגמים:
אלע עבירות וואס מ'האט געטאן קען מען פארעכטן דורך קריאת המגילה.
(עטרת ישועה)
דורכן הערן קריאת המגילה, איז השי"ת מוחל דאס וואס מ'האט געהערט זאכן וואס מ'טאר נישט הערן.
(ייטב פנים)
נמשכות השפעות טובות:
דורך מקרא מגילה איז השי"ת משפיע פרנסה און אלעס גוט'ס אויף א גאנץ יאר
(עטרת ישועה)
דורך די מגילה קען מען ממשיך זיין אז ס'זאל זיין שלום אויף די וועלט, און די מלחמות זאלן זיך אויפהערן, און עס זאל נישט זיין קיין "חבלי משיח".
(עטרת ישועה)
די אלע 98 קללות וואס שטייט אין פרשת כי תבא ווערט איבערגעדרייט אויף ברכות דורך קריאת המגילה.
(צמח צדיק)
עס ווערט אפגעשוואכט דער כח פון עמלק דורך מקרא מגילה.
(תורות משה)
עניני משלוח מנות:
כוונת המצוה:
דער "יסוד" פון די מצוה משלוח מנות איז, אזוי ווי א תפלה צו השי"ת אז ער זאל אונז אויך געבען אימזינסטע מתנות.
(עטרת ישועה)
המן האט געזאגט פאר אחשורוש אז די אידן האבן נישט קיין אחדות זיי האבן זיך נישט ליב, זיי קריגן זיך איינער מיטן אנדערן, וועגן דעם האט ער געהאט א כח צו מאכן די גזירה אויף די אידישע קינדער נאך דעם וואס זיי זענען געווארען באחדות איז בטל געווארען די גזירה. וועגן דעם האבן די חכמים מתקן געווען די מצוה פון "משלוח מנות" מרמז צו זיין אז דורך אחדות מ'האט זיך ליב, און מ'שיקט מתנות איינער פאר'ן אנדערן, איז בטל געווארען די שלעכטע גזירה.
(עטרת ישראל)
מדה כנגד מדה:
אז מ'איז מקיים די מצוה פון משלוח מנות, צאלט השי"ת צוריק מדה כנגד מדה, ער געט פאר דעם מענטש מתנות השפעות טובות וכל טוב.
(קדושת לוי)
אינו מפסיד כלום:
וואס מ'געט פאר צדקה געט השי"ת צוריק. אזוי אויך צאלט השי"ת צוריק דאס וואס מ'איז מקיים די מצות פון משלוח מנות און מתנות לאביונים.
(ישמח משה)
ניצול מגיהנים:
מנות איז די ר"ת ו'הצלת נ'פשי מ'שאול ת'חתיה (תהלים פו יג) א רמז אז דורך די מצוה פון "משלוח מנות" ווערט מען געראטעוועט פון גיהנים.
(אמרי נועם)
השפעות בשמים:
השי"ת איז משפיע פאר אלע הימלן און מלאכים שפע, דורך דעם וואס דער מענטש האט מקיים געווען די מצוה פון משלוח מנות.
(קדושת לוי)
אריכת ימים:
מצות משלוח מנות איז א סגולה צו אריכת ימים, און א תיקון צו אלע גרויסע עבירות. ווער ס'איז אין א קליינע מדריגה, ווערט דורך משלוח מנות דערהויבן צו א גרויסע מדריגה.
(עטרת ישועה)
קביצות נדחים:
עס איז א סגולה איינצוזאמלן די אלע נציצות וואס זענען צושפרייט געווארען דורך אונז. און אויך איז דאס אן הכנה צו די גאולה וואס וועט זיין פסח ביינאכט.
(תפארת שלמה)
הצלה משטן:
מ'ווערט געראטעוועט פונעם שטן און פון אלע פגעים רעים.
(אור המאיר)
בטילת חלאים רעים:
דורך משלוח מנות איז מען מבטל 503 מיני קרענק.