די "אמת" אונטערן מלחמת העירוב
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #759922
איך וויל דא אביסעל שרייבען פונעם עירוב, ווי אויך אויפקלערען דעהם עולם אביסעל.
עס קומט ארויס א צייטונג כמעט א יעדע וואך וואס איז כלומרש'ט א "משמרת" פאר אונז. דער ריינעם אמת איז אז עס איז פיל מיט שקר פון אנפאנג ביז צום סוף!
1: די ערשטע גרעסטע שקר איז אז די עירוב איז פסול. מען קען זיך טוען זיין צו די רבי זי"ע האט יא גיהאלטען דערפון אדער נישט, אבער צו זאגען אז עס איז פסול איז שקר. זיי זאגען אז די רב המכשיר האט צירוקגיצויגען, מיר האבען אליינס גיהערט פון הרה"צ המפורסים ר' פישל שליט"א אז ער האט קיינמאהל נישט אראפגענומען זיין הכשר.
2: זיי זאגען אז "די בעל המכשיר האט קיינמאהל נישט גיזעהן די עירוב". שקר מוחלט! מיר האבען אליינס גיהערט פון הרה"צ המפורסים ר' פישל שליט"א אז ער האט גיזעהן די "גאנצע" עירוב, און אז עס איז א גאר מהודר'דיגע עירוב אפילו לשיטת הרמב"ם. עס איז עומד מרובה על הפרוץ. (יא, מיר האבען עס אויף א טעיפ!!!)
3: זיי פארדרייען סתם א קאפ, און פארמישען די מוחות. למשל: עס איז דא גוזרוטאות על גבי המים, עס ברויך זיין דלתות ביי די אריינגאנג צום הייוועי, וכדומה. דער פאקט איז אז די אלע רבנים המכשירים ווייסען אויך פון דעהם. נאר ווען די טעראריסטען האבען צובראכען דעהם געיט ביי קענט עווע. הארט פאר שבת, און מען איז געלאפען שרייען און קלעבען צעטלעך אז "פירצה מחיצה יותר מעשרים אמה" ווערט די עולם דעשראקען. מען האט נאך נאכגעשריגען טראגערס "די וואך ביסטו דאך זיכער א מחלל שבת". פאקט איז אז מען איז שנעל גילאפען צו אודווארי רב שליט"א און געוויסען די בילדער און ער האט זיך צולאכט און געזאגט די עירוב איז ווייטער כשר. די "ליידיגע" יונגען וואס דריקען דעהם משמרת, די ריכטיגע תלמידי חכמים שלא שמשו כל צרכם קענען נאר מאכען א בלבול המוחות און נישט מער. ר' פישל זאגט דאך אז צו קענען הלכות עירובין דארף מען עס לערנען 2 יאהר!
4: זיי שרייבען אז די טראגערס זענען די שלעגערס. שקר! די באקאנטע "טראבעל מעיקער" פון די מארסי געגענט גייט ממש לעצטענס ארויס פון די כלים. איך לאז נישט שרייבען פערזענליכע נעמען, אויב איך וועל שרייבען די מעשים וועט יעדער וויסען פון וועם איך רעדט. איך וויל נאר ארויסברענגען ווער זענען די שלעגערס, ווער גיסט אהן מענטשען מיט קידוש וויין ביי קידישים ווייל "דיין קינד טראגט" וכדומה.
5: איסורי חיתון: אידישע קינדער האבען אייביג געוויסט איז דאס איז גאר א הארבען און האקעלע זאך. קומען די ליידיגייערס, פוחזים וריקם, און מאכען א ליסט פון די טראגערס מען זאל וויסען מיט וועהם זיך נישט משדך זיין. רח"ל. מען ברויך מער נישט שרייבען פון דעהם נקודה אבער מען ברויך אריינטראכטען גאר טיף אין די חוצפה, רשעות, עם הארץ'יס וואס ליגט אין דעהם.
6: די חילול השם פון באשמיצען די גאסען: ווי האט מען נאך גיזעהן מען זאל אזוי קלעבען צעטלעך מיט שטארקע קלעיב? אלע נייע סיינס פון "וואק \ דאונט וואק" זענען באקלעבט. אלע פאסט דראפ באקסעס. די חילול השם איז איום ונורא. ווער געט זיי רשות די ספרעיען אויף אלע גאסען? איך האב אמאהל גיזעהן בחורים ספרעי-ען די גאס וועגען דעהם עירוב האב איך זיי שיינערהייט מסביר גיוועהן אז אויב א פאליס פארט פונקט דארעך קענען זיי גיין און חד גדיא. ווי איז די יושר פון די שיקערס?
7: נאכשרייען פרויען און קינדער: מען דארף נישט צופיהל אריינגיין אין דעהם, אבער עס איז גאר ווייטאגליך צו זעהן בחורים נאכשרייען קליינע קינדער און "שטופען" עלטערע מיידלעך און נשים וד"ל...
איך האף צו שרייבען נאך פון דעהם!
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
בארא פארק די פארברענגסט דיין צייט
עס איז נישט דא קיין עירוב קיינמאל איז נישט געווען קיין עירוב מען האט שוין צוריסען דעם עירוב קיינער טראגט נישט דער עולם האט קיינמאל נשיט געטראגען אין בכלל דער עולם האט אויפגעהערט צו טראגען דער אודווארי רב האט קיינמאל נישט געגעבן קיין הכשר ער האט צום סוף אראפגענומען זיין הכשר אין זיין הכשר איז בכלל קיין הכשר נישט
גיי פארברענג אביסל מיט צאנזקאורט-איחוד קרית יואל מיט די זיבען נעמען וואס שמועסען מיט זיך אליין אין חדשות קרית יואל
גוט שבת אז די וועסט זען א דאבל קערידש שפאצירען אויף בעדפארד נאכן דאווענען קען זיין אז איך בין דאס
ווייל איך גיי צו מיין שווער היינט נאכט
יא אמת!
- עס איז קיינמאהל קיין עירוב נישט געוועהן
- עס וועט קיינמאהל קיין עירוב נישט זיין
- ווייניגער ווי 1 פארצענט טראגט
- די אמעריקאנער סאלדאטען זענען ארויסגעטריבען פון באגדאד
רב בארא פארק
אויב די ביסט א וויליאמסבורגער פארוואס רופסט די דיך בארא פארק?
אויב די קענסט שרייבען די אמת פארוואס די זאליס זענען בכלל קעגען עירוב אזוי ווי עס וואלט געווען פון די שלש חמורות, וואלט איך געווען נייגעריג צו הערען.
אז ש"ק ווערט יו"ט, יו"ט ווערט חוה"מ, חוה"מ ווערט סתם א יום חול, און אין די ימי החול ווערט מען א פשוטע שייגעץ. נו, אז מ'איז שוין א שייגעץ א גאנצע וואך, גייט דאס למפרע ביז מ'ווערט א פאלנע שייגעץ!
אויב טראגען מיט אן עירוב אין שב"ק מאכט עס פאר יו"ט ביי דיר, ביסט די א אינו מודה בעירוב, וואס דא רופט זיך בערך "אפיקורס", און דער שייגעץ ביסטו.
טראג מיט אן עירוב אין סקווער אדער קר"י ווי מ'מעג יא מאכען אן עירוב, אבער נישט אין שטאט!
די שאלה איז צו די קעגנער פון עירוב זענען נישט מודה אינעם גאנצע קאנצעפט פון עירוב וואס די חכמים האבען מתקן געווען אדער פארשטייען זיי עס נישט
עס איז מיר אויך שווער פארוואס די חברה קומען נישט ארויס קעגען עדה החרדית וואס גיט א הכשר אויפ א עירוב אין ירושלים א שטאט וואס איז הלכדיג זיכער נישט ווייניגער שטאט ווי דאהי לכל הדעות
די מיינסט אז די עדה וועט זיך נישט ברעכען פאר זיי ?
אז זיי האבען זיך געבראכען אין געגאנגען קיין גארפילד
ווער האט א פאליטישע הסבר?
אדער איז עס אפשר זיי פארשטייען נישט די הלכה
איך טראג נישט אין ירושלם אויך נישט.
אויב האב איך מיך איינגערעט אז מ'פייט דא לש"ש.
האב איך מיך איבערצייגט ביים מאכן ליצנות פון זיך אליין. מיט די עירוב אויפ ראדני סט. וואס כולא עלמא מודה. אז די גאנצע ביההמ"ד אנשים נשים וטף. יודן גוים. טאטעס מיט קינדר. יעדער אן אויסנעם. פלעגן ארויס קומן אויפן גאס מיט די מחזוירים אין די הענט איבער דרייסיג יאר. אפילו יום כיפור שחל בשבת.
די אלע יודן זענען פון איין טאג צום צווייטן געווארן.
מחללי שבתים
מנסכי יין.
שקצים.
און ציונים.
אלעס פאר אביסל פאליטיק.
ווייל אין די תורה שטייט אזוי...
זייט נישט קיין קינדער. יעדער ווייסט אז דאס איז נישט קיין מחלוקה לשם שמים. והא ראיה: מען איז געלאפען צו אלע רבנים צו חתמ'נן. איז דא א פיינע רב, זיכט נישט פירסום וכדומה אויף ראטלידז סטריט. ער האט געזאגט איך קען נישט אינטערשרייבען ווייל איך בין נישט גענוג בקי אין הלכות עירובין. די תשובה: קיינער וואס האט געחתמ'עט קען נישט. איר ברויכט נאר אינטערשרייבען. מען האט אויך טערארזירט אלע קליינע רבנים אינטערצושרייבען.
מען ברויך וויסען אז רוב רובו פין די קליינע עירובין אין שטאט זענען פסול אפילו בדיעבד! עס האט מיך ארומגעוויזען א קלויזענבארגער אינגערמאן (נישט א ת"ח שלא שימש כל צרכו, נאך א גאר ערענסטע אינגערמאן) די יו"ט סוכות און געוויזען די קליינע עירובון וואס רוב זענען פסול בדיעבד ממש. און דאס איז גיווען עירובין פון די רבנים וואס האבען ג'אסרט דעם שטאט עירוב. נאך א מזל אז עס איז גיווען די שטאט עירוב, ווייל טאמער נישט וואלטען "זיי" גיווען די מחלל שבת בפרהסיא. נאך א ראיה אז זיי האקען סתם און קאפ אריין.
It's all about politics
בכלל דארף מען וויסען אויב די רבי זי"ע האט נישט געהאלטען דערפון. מיר האבען כסדר געהערט פונעם רבין זי"ע ווי ער האט מעורר גיווען אויף שטיילעך, דינע זאקען, ציונות מיט זייערע נאכהעלפערס וכדומה. אויב וואלט די עירוב גיוועהן בנפשו פארוואס איז נישט דא קיין איין טעיפ פון עפעס א דרשה דערוועגען?
עס בלייבט אבער א הארבע קשיא:
פארוואס האלטן זיך אפ די אהרונים פון טראגן?
דאס איז קלאר אז ווען די אהרונים וועלן אנהויבן טראגן מיט'ן עירוב, האט ר' זלמן לייב געווינען די מערכה נישט דוקא מיט'ן עירוב נאר ווער עס איז דער פאן טרעגער פון רבי'ן זי"ע!!!
צאנז_קאורט
יעדער וואס ליינט מיין טיגו'וויס ווייסט וואס פאר א שטארקער אהרוני איך בין. אבער עס קומט אן "עירוב" איז רז"ל גערעכט. נו, אז דער פויבסט איז אקעגן אבוירשען זאל מען שמד'ן ח"ו???
אויב אזוי פארוואס פירן די אהרונים א ליצנות קאמף קעגן עירוב?
אזוי האב איך געשריבען. זאלי פירט א בעסערע מערכה אין דער ענין.
דא האט עטץ א בילד פון עפעס א משוגענעם און בארא פארק וואס איז מקיים פרסומא ניסא.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אמת לאמיתו איך ווייס נישט וואס דו רעדסט.
זאלי איז נישט געווען און נישט געשטיצט קיין איין מערכה קעגן די עירוב.
ס'גייט עם בנפשו אז די עירוב זאל מצליח זיין. ער קען נאר נישט גיין קעגען די תמומת'דיגע סאטמערע חסידעים וואס מ'האט זיי איינגערעט אז די אלטע סאטמרע רבי איז געווען דערקעגן.
פערצאפל האב איך די וואך געהערט פון א יוד א תלמיד פון ר' אברהם לייטנר שליט"א. אז ר' אברהם האט עם אליין געזאגט. "איך האב נישט געזען די ווילאמסבורגע עירוב ממילא קען איך נישט פסקנ'ן אויף דעם. אבער די גאנצע מעשה אז סאטמערע רבי ז"ל איז געווען נגד העירוב איז א אויפגעבלאזנע שקר מתחילתו"
די מערכה קעגען דעם עירוב האבען געמאכט די שונאים פון הרב פרידמאן ראדני-ירושלים וואס האבען געוואלט מאכען ווי כלומרש ער האט 25 יאר מכשיל געווען אידען מיט זיין עירוב אויף ראדני סטריט
אהרונים וואס גלייכען נישט הרב פרידמאן טראגען לכבוד דעם אלע פון אונפאנג נאר אין טאש
אבער זייט דעם מלחמת זאלי והראב"ד וואס די זאלונים זוכען נקמה צו נעמען אינעם דיין טראגען זיי אויך מער כמעט נישט בריש גלי
אין נאר די אוהדים פון ר יחזקאל ראטה אודווארי אין אנדערע רבנים וואס שטיצען דעם דיין שליט"א אלע יארען ווי אויך 50% פון וויליאמסבורג וואס האט סאטמארער פאליטיק אין דער ערד טראגען בריש גלי
אמת לאמיתו,
ביסט אן עם הארץ, דאס איז זיכער.
די זאגסט אז ירושלים און ווילי זענען גלייך, און פארדעם טראגסט די נישט אין ביידע.
נו אויב אזוי פארוואס גייט מען נישט ארויס בחרב וחנית קעגען ירושלים?
די עם הארצות איז גאר גרויס, מען רעדט איין אזעלכע פארשוינען ווי די, וואס זיי ווילען. אייביג איז געווען עירובין אין גרויסע שטעט, און די משכילים זענען געווען קעגען עירובין, אזוי ווי ווער עס וויל קען זעהן אין ספר פון מנחת אלעזר אויף שו"ע, ווי ער שרייבט בפירוש וועגען דעם וואס די משכילים ווילען זיך נישט משתתף זיין בפת, און ער איז מקיל מכח שכירו ולקיטו.
ממילא שטעלט זיך די פראגע, ווי זענען די אונגערישע וואס האלטען און פייערען מיטן מנחת אלעזר? פארוואס דא איז אנדרעש? איי דער רבי? דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל נישט גלייבען וואס מען זאגט נאך אין זיין נאמען. גייט מען און מען גלייבט די פייע רב, וואס האט נאך קיין אנדערע עדות נישט איבערגעגעבען?
עס איז אזוי גרויליק פון די מתנגדי העירוב, אז איך וואלט עס אפילו נישט אנגערופן פאליטיק, איך וואלט עס גערופען אפאר משוגעים.
איף פארשטיי באמת די אהרונים וועלכע זענען לטובת העירוב.
די אהרונים זענען די וואס ווילן איינמאל פאר אלעמאל מאכן א ראדיקאלע טראנספארמאציע אין סאטמאר. עס גייט אבער נישט אזוי פשוט.
הויבט מען אן מיט די טענה אז דער רבי זצ"ל איז קיינמאל נישט געווען קעגן עירוב (וואס שטאמט אויך פון רבי'נס שונאים אלע יארן זייט ער איז געקומען אויף אמעריקע).
איינמאל מען וועט גענצליך אפווישן די טענה אז דער רבי זצ"ל איז געווען קעגן עירוב, וועט מען זיך נעמען צו אנדערע זאכן וואס דער רבי זצ"ל האט נישט געוואלט.
מען וועט גיין פון די קלענערע און לייכטערע ענינים ביז צו די גרעסערע ענינים אפילו אזעלכעס וואס דער רבי זצ"ל האט געלאזט א קלארע הוראה דערין.
איין זאך איז קלאר אז מען זאגט אז דער רבי איז קעגען עירוב איז גלייך ווי מען זאגט אז דער רבי איז געווען א גרויסער עם הארץ עפ"ל
אבער די טיפשים קענען אפילו באשטיין אז מען זאל זאגען אז דער רבי איז געווען א פוסטער עם הארץ אבער דער עיקר אז מען זאל זאגען אז דער דיין פרידמאן האט מכשיל געווען 25 יאר אידען מיט א עירוב
וואס דער מלחמת זאלי והראב"ד קען צוברענגען ר"ל
אין בין נישט קיין סאטמארע אבער איין זאך איז קלאר, ווען דער רבי זאל זיין קעגען עירוב, וואלט נישט געווען קיין צוויי זייטען וואס דער רבי האט געהאלטען, אלא מאי איז נישט קלאר וואס ער האט געהאלטען.
ח"ו צו זאגען אז די דיין שליט"א האט מכשיל גיוועהן אידען מיטען טראגען פאר 25 יאהר. נאר וואס דען... עס איז נישט אזוי קלאר צו די רבי זי"ע האט טאקע אזוי גיהאלטען.
צאנז_קאורט: די קיקסט אויס צו זיין א קלוגער, ממילא בין איך אביסעל שאקט אז די זאגסט אז די עירוב איז די אהנהייב צו טוישען אלע זאכען פינעם רבין זי"ע. איך מיין נישט פערסענעל, אבער ח"ו אזוי צו זאגען. וואס מיינסטו, אז אלע סאטמערע טראגערס וועלען ווערען ציונים? און די פאקט איז אז "מיינע" חבירים טראגען סיי די וואס האלטען פון ר' זלמן לייב און סיי די וואס האלטען פון ר' אהרן. נאר ר' אהרן'ס חברה טראגען בפרהסיא (נישט ממש בעגס, נאר זייגערס וכדומה). און ריך רעד נישט פון באמס אדער שקצים נאר "נארמאלע" ערליכע אינגעלייט וואס גייען צום שיעור, געבען צדקה פארען מוסדות ביי אלע אפיעלס וכדומה. בקיצור: אחים לדעה. מען האט גימאכט די זאך כאילו "מערכה נגד העירוב" און "סאטמער" איז איין זאך. לא דובים ולא יער.
נאר וואס דען, עס איז פאליטיק די עירוב. די קענסט דאך זעהן וויאזוי מען טערארזירט די גאסען וכדומה.
.מיר האבען גרעסער פראבלעמען ווי די עירוב. נעמען שליסעל געלט איז נאך איינמהאל אזא גרויסע עבירה. פארשעמען יענעם איז ביהרג ועל יעבור. ועוד, ועוד.
יעצט וויל איך בעטען מען זאל פירען דעם אשכול נישט ווי קינדער. דהיינו: די ערשטע סעיף האט 7 פונקטען. למשל וועגען איסורי חיתון וכדומה. לאמיר עס צולייגען ווי דערוואקסענע און נישט ווי קינדער. איך קען דערהערן קריטיק!
נ.ב. איך בין נישט באראפארקער נאר בארא_פארק. נישט אז איך האב עפעס קעגען הר"ר באראפארקער, נאר מען קען זיך פארמישען.
דער איסור איז נישט געווען דייקא אויף דער עירוב. ביזט גערעכט, קיין ת"ח בין איך נישט.
דער איסור איז אויף צו מאכען סיי וואס פאר אן עירוב! אפילו בתחלית ההידור, מיט די בעסטער הכשר!
תוקן על ידי - אמתלאמתו - 13/01/2004 17:29:20
אמתלאמתו
נאכן חתימת התלמוד קען מען נישט ערפינדען קיין נייע אסורים אויף זאכען וואס זענען מותר על פי דין
דער סאטמערע רבי זצ"ל שרייבט אין שו"ת דברי יואל אז ווער עס איז איהם חושד אז ער אסר'ט זאכען וואס איז מותר ע"פ שולחן ערוך איז חושד בכשרים!
(נאך מער ער איז געוועהן זייער סענסיטיוו אז מ'זאל קיינמאהל איהם נישט חושד זיין אז זיין קאמפ קעקען ציונת איז נישט קיין חסידות חומרה גזירה נאר מעיקר הדין פאר דעם איז ער געוועהן זייער זייער זהיר נישט צו זאגן אדער קעמפן פאר זאכן וואס זענען נישט געבויעט אויף בפירוש'ע ענינים,
כמה וכמה פעמים וואס ער שרייבט אין די שו"ת די באקאנטע גמרא "אם ברור לך כאחותך תאמר +אויב דער איסור איז קלאר ווי דער איסור חתונה האבען מיט א שוועסטער קען מען זאגען אויב נישט מיז מען שווייגען)
דאס איז דער גרעסטער ראיה אז ער האט נישט קיימאהל געהאלטן אז מ'קען אסר'ן א "געמאכטען" עירוב
אוודאי קען ער זאגן אז ער האלט נישט אז מ'זאהל מאכן אן עירוב, פונקט ווי ער קען זאגען למשל אז איך האלט נישט ביים מאכן כשר בהמה פלייש דאס מיינט נישט אז ער האט געהאלטן אדער געוואלט אסר'ן א דבר המותר
ממילא אויב עס איז קלאר אז דער סאטמאר רבי האט געלאזט אן עירוב פאר סוכות אפילו אויב ער האט געהייסען עס אראפ נעמען מיינט נישט אז אויב מ'וואלט איהם נישט געפאלגט אין עס געלאזט ווייטער נאך סוכות אז ער וואלט עס גע'אסר'ט
ווייל ווי געזאגט מ'קען נישט על פי הלכה מאכען קיין נייע גדירות על הצבור בשום אופן
הלכות עירובין מצות עשה אחת, והיא מדברי סופרים ואינה מן המניין.
הלוחם נגד עירוב הוא צדוקי מין וכופר בעיקר ואם היה בימי הסנהדרין היו ממיתין אותו, כי אתם באים לעקור תלמוד שסידר רב אשי, ולחלוק על כל הגדולים שהיו עד היום הזה, אותם שמתו ז"ל ואת אשר חיים עד הנה, לכן חזור בך ואל תיטוש תורת משה רבינו עליו השלום (לשון הרא"ש ז"ל). ואף אם הלוחמים יש להם בי"ד, נקראים בחז"ל בית דין של צדוקים, כדאמרי חז"ל (סנהדרין נ"ב:) בית דין של צדוקים הוה.
חומת שבת קדשינו
קול התאחדות קהילות הקודש הכפופים להוראת גדולי הפוסקים דשכונתינו וויליאמסבורג
חומת שבת קדשינו
נומ 1. עש"ק אמור, תשס"ג
תוקן על ידי - אינגערמאן - 29/03/2005 3:02:29
וועד תיקון עירובין דוויליאמסבורג
VAAD TIKUN ERUVIN OF WILLIAMSBURG
718-387-4498
בהשגחת ובפיקוח בית דין המיוחד לעניני עירובין שמחים לשמרו ולערב עירובו
הפעם נודה את ה' – כינוס צדיקים נאה – מפת העירוב
תוקן על ידי - אינגערמאן - 29/03/2005 3:04:39
דעתו האמיתית של רבינו הקדוש רבן
של ישראל מרן מסאטמאר זי"ע
בנוגע מצות תיקון עירובין בעיר ניו יארק יע"א יצא לאור על ידי התאחדות תלמידי רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק"ל
ברוקלין ניו יארק, ניסן, תשס"ג
תוקן על ידי - אינגערמאן - 29/03/2005 3:03:30
בארא פארק
1.איך האב געפרעגט דעם ר' פישל הערשקאוויטש'ן און ער האט מיר געזאגט אז ער נעמט נישט קיין אחרוית דעראויף, ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט גיווען האב איך געפרעגט זיין זין, האט ער מיר גיענפערט זיין טאטע האט דאס נאך קיינמאל נישט געזעין,נאר ער גלייבט די באקאנטע ג. ברידער!!!סך הכל זענען זיי די בי"ד!!! ר"ל.
2.אלע רבנים המכשירים: עס איז נישט דא אפי' איין רב וואס איז דאס מכשיר.
3.צוויי יאהר לערנען???:הרוצה לשקר ירחק עדתו!!!,אז יעצט מעג נאך קיינער נישט ענטפערן קודם ווארט צוויי יאהר!!!.
4.שלעגער?: וועם האט מען געסטראשעט מיט'ן הארגענען???,
אין ווער איז דאס געווען???
5.איסור חיתון: ווער וויל זיך משדך זיין מיט איינעם וואס איז מנסך יין א.ר.וו.!!!
6.מיט-אמאל זיכסטי שיינע גאסן???!!!
7.א פרוי העכער בת מצווה גייט אן געהעריג מצוות הוכח תוכח,פרעגט אייך נאך ביי די וואס קענען לערנען אין לערנען טאקע!!!
טראכט ביטע בעסער דורך דיינע פארפירערישע געדאנקען פאר די זאגסט זיי ארויס!!!
בארא פארק
לוחם נגד העירוב?:
נישט אינז!! אינז שריי מיר אז ס'דארף זיין א עירוב אין אן דעם טאר מען נישט טראגן!
עטס זענט לוחם נגד העירוב!!
עטס זאגט אז מ'מעג טראגן אן א עירוב אום שבת !!!!!!!
שעמט אייך!!!
ווען איז איינעם איינגעפאלן אז דאס וועט זיין ביי ארטאדאקסישע אידן!!!!!!!
"וועלעכע רבי זי"ע ווייסט מען נישט ווי אזוי זיין דעת איז געווען?
קלויזענבורגער רבי??
ער איז דאך אן אפגעפרעגטער מיט א שמוציג פיסק!
א צינג אווי פון א שלאנג!
וועם פאראינטערעסירט זיין דעת אפיקורס!!!.
דער בי"ד העירוב:
נישט נאר שלא שומשו כל צרכן! נאר שלא למדו ולא שמשו , לויט זייערע דיבורים קיקט אויס אז עס איז א פלא אפי' אז זיי קענען א ב .
........אין די קלויזענבורגער קום נישט זאגן סאטמאר רבי'ס דעת קודש !!!
עס קימט אפי' נישט אין באטראכט די זאלסט ארויף ברענגען זיין הייליגן נאמען אויף דיינע טריפה'נע געדאנקען, און שמוציגע ליפן
לכבוד פיינער10
איך ווייס נישט פון ווי איהר נעמט די נאמען פיינער10.
עס וואלט דיר אפשר געפאסט די נאמען שקר10 וכדומה.
דאס איז וואס איך האב ארויסגעשריבען נאך אינעם ערשטען ארטיקעל. די מענטשען ווי דיר זיכען נישט די אמת. איך האב קיינמאהל נישט קיינעם באליידיגט פערזענליך, אבער איך זיך דעהם אמת.
קודם כל בין איך נישט קיין קלויזענבורגער. איך בין פין די אחים לדעה. איך האב אהנפאנג אויך נישט גיוואלט טראגען. אבער אז איך זעה אז תלמידי חכמים מופלגים זענען זייער פארען עירוב טראג איך. די "אלע" וואס זענען קעגען דעהם עירוב זענען אדער מענטשען וואס האבען די אן agenda וועגען פאליטיק וכדומה, אדער פשוטע קעלבלעך ווי די וואס מען קען זיי איינרעדען וואס מען וויל.
נאכאמאהל: די מלחמה נגד העירוב האט "גארנישט" צו טוהן מיט סאטמער אדער ציונות. לא דובים ולא יער. די רבי זי"ע האט שוין געוויינט אויף דעהם אז מען וועט זאגען זאכען בשמו אין שפעטער יארען און מען זאל נישט גלייבען.
די עירוב חברה זענען נישט קיין שלעגער. לא הי' ולא נברא. איך בין געגאנגען אינעם גאנצען שטאט פון איין ביהמ"ד צום צווייטען זיך נאכפרעגען וועגען די מעשה אז מען האט אראפגעווארפען א עלטערע איד אין די שניי פאר 550 בעדפארד עוו. קיינער ווייסט נישט פון אזא מעשה. איך האב נאר גיהערט ווי דער איד האט נאכגעשריגען א פאפאנער "מחלל שבת" האט ער איהם געזאגט זיי מפרש וואס די זאגסט, ווי אזוי בין איך א מחלל שבת. דער איד האט דאך נישט געהאט וואס צי ענטפערען און איז אוועק מיט בושות.
די אנטי עירוב זענען די ריכטיגע שלעגער. עס איז בכלל נישט קיין סוד. ווער האט צאמגעשלאגען א מיידעל ווייל זי האט געטראגען אין שבת ווייל אזוי האט איהר טאטע איהר געלערענט? די איינציגסטע סיבה פאר וואס דער בחור, מחוצף ועז פנים זיצט נישט אין תפיסה איז ווייל דער טאטע פונעם מיידעל האט נישט גיוואלט פערסען charges ווייל אין זיין קרייז ווייסט מען אז מסר'ן איז אן עבירה. יא, מיר מעגען זיך שויל אפלערנען די גיטס פון זיי אויך! און ווי איז די נאצישע וואכען בלאט "משמרת" ווען דאס גישעט? ווי זענען זיי מוחה צו זיין אויף די אלע בחורים אוין אינגלער וואס זענען געשטאנען א גאנץ שבת נאכמיטאג לעצטענס זומער און גיווארט אויפען סיגנאל פון די בחורים וואס זענען געשטאנען ביי די קארנערס צי שרייען "מחלליה מות יומת"? וואס איז מיט הלבנת פנים וואס איז ביהרוג ועל יעבור? וואס איז מיט ולא תתורו אחרי עיניכם? און נאך הויבען הענט אויף א מיידעל? רחמנא ליצלן?
די ביזט א פשוט אין גראד א "שקרן" ווען די זאגסט אז ר' פישל האט נישט גיזעהן די עירוב. איך האב עס גיהערט אויף א טעיפ!
וועגען איסור חיתון האסטו גענטפערט ווי א צוויי יעריג קינד. איך האב בטוב טוב ודעת מסביר גיווען ווי הארב א איסור חיתון איז, און וואספארא יו"ט איז גיווען ווען שבט בנימין איז געווארען מותר לבא בקהל. קענען קימען אפאר ראצערס און שטינקערס און מאכען א איסור חיתון? איז דער דרוקען פינעם נאצי בלאט משמרת א פוסק? ער איז א ליידיג גייער. קודם האט ער געשריגען אז די עירוב איז פסול. יעצט ווען יעדער ווייסט אז עס איז כשר באופן מהודר מאוד קומט ער שרייען מיט אנדערע שטותים.
די רעדסט וועגען סטראשענען מיט גויים וכדומה. איך האלט בכלל נישט פון דעהם, אבער דער איד איז דאך באפאלען מענטשען אין די גאסען א יעדע וואך. ווי אויך האט ער געשאלטען אזאלעכע מיסע זאכען! וואס דארף מען טוהן צו אזא איינעם? לאזען ארעסטירען?
און צום שלוס, וואס האקסטו עפעס אין קאפ וועגען מיידלעך העכער די בת מצוה מיט הכח תוכיח? מען מען שטופען מיידלעך ווייל די מחוצפים האבען געזאגט אז זיי זענען מחלל שבת? נאך ווייל עטץ האטס מחליט גיווען אז עס איז חילול שבת איז נאך נישט מותר גיווארען צו שטופען מיידלעך.
וועגען די גרויסע חוצפה וואס די שרייבסט אויף קלויזענבורגער רבי גיי איך מיטאמאהל ענטפערען. עס איז דא אנדערע רבי'ס ביי אידען אויך. זייער שיטה איז טאקע נישט ווי אונזער, אבער אזוי צו רעדען?
אין זאך איז זיכער, די גאנצע מערכה קעגען די עירוב איז אהנגעפירט פון א באנדע אינגען, מחוצפים, בעלי שקר ומחלוקות. זיי מיינען בכלל נישט אידעשקייט! עס האט נישט קיין שייכות צו אידישקייט. עס איז נישט קיין מחלוקה לשם שמים!
למעשה האט איך פערזענליך געהערט פון ר ישראל חיים מנשה אז מען קען טראגען אין וויליאמסבורגער עירוב
בארא פארק
דיין נאמען איז בארא פארק ? די זאגסט די ביסט דאך פין וויליאמסבורג! ווי קומט דא בארא פארק?
נאר איעדע זאך וואס איז שוואכער אין אידישקייט זיכסטי און מיט דעם פולסטי זיך גיט ר"ל.
די רעדסט ווי א קליין אינגל?....... ניין ווי א רשע!!!!!!!!!
די זיכסט דעם אמת :
טאקע אזוי! אבער עס אינטערציגרובען נישט צו טון , אזוי ווי דיינע מעשים ווייזן אויף,
תלמודי חכמים מופלגים פארן עירוב:
ווער איז נאך אזא ת"ח ווי דער ראב"ד סאטמאט, ר' ז"ל פילאפף, ר' ש"ל וויינבערגער, מאנטיווידעא רב, קאשויער רב, אדווארי רב, סקולענער דיין, קיוויאשדער רב, די גאנצע התאחדות הרבנים א.א.וו.
אויב איז דא א רב המכשר זיי דאס מפרסם , פארקויף דעם מכלומר'שטן טעיפ אין די גאסן כאטש מאך'ן אפאר דאלאר !,
איר דארפט נישט מורה האבן, איר קענט דאך סטראשען מיטן הארגענען!!! אין עס מאכן לעגיטים! ,
לויט וויפול שקרים די ווארפסט צוזאם וואלטסטו שוין געקענט ארויס קימען מיט א גאנצע ליסט פון רבנים מיט פאלטשע נעמען......
אחים לדעה :
ווי איז שייך אחים ךדעה ווען די שפעטסט פון דיין?
דער רבי זי"ע האט געוויינט אז מ'וועט זאגן זאכן בשמו אין מ'זאל נישט גלייבן:
וועמען זאל מען נישט גלייבן ? דיך צו דעם דיין?
די קומסט זיך מחולק זיין מיטן דיין וואס דער רבי זצ"ל האט אויפגענימען צו פסק'ענען? (נאר וואס דיר שמעקט! וואס די ווילסט נישט טאר ער נישט) אין ער זאגט אז ער האט חוקר ודורש געווען דעם רבין'ס פסק, אזי ווי אלע עדים נאמנים זאגן , די עדים זענען נישט קיין ראטצערס, נאר להבדיל רבנים יושבים על מידין , געוויסע שוין איבער 50 יאהר, וואס יומם ולילה לא ישבותו צוצוקימען צו אן הלכה ברורה אויף א יעדע שאלה אין איעדע מנהג קל, א.א.וו., אויסגעהאלטענע אידן , הלוואי יום כיפור ביי נעולה זאלסטו כאטש האבן זייערע ערגסטע מחשבות עס זאל מעלה זיין דיין תפילה!!,
זיי ווייסן נישט וואס דער רבי האט געזאגט , זיי פארדרייען עס!, זיי מאכן זיך אויף צוליב "פאליטיק וכדומה",
שומו שמים על זאת!! צודעם זענען מיר צוגעקימען מיט אזעלעכע גראביענקעס ווי ענק,
נאר די אויסגעאיידלטע נשמה! און באשילדיגט איעדעם וואס גלייבט נישט איז א שקרן!!
געוואלדיג.........
זיי די רבנים זענען די "פשוטע קעלבלעך וואס מ'קען זיי איינרעדן וואס מ'וויל"!!!
די תורה'דיגע אידן וואס טראכטן נאר פון שוויתי השם לנגדי א גאנצן טאג, קלורע-תורה'דיגע מוחות, אידן מיט סייעתא דישמיא , זיי זענען גאר די קעלבלעך!!! ווען ס'געלונגט דיר זיך צו שטעלן אויבן אן אזוי ווי די פראבירסט , וואלט נישט געווען פני הדור כפני הכלב נאר כפני החזור,
אין אזוי מיט דיין קלויזענבורגער רב וואס די טרעפסט אויף אים לויטער מעלות , איז עס טאקע נאר כפני הכלב!
די מלחמה נגד העירוב האט גארנישט צוטוהן מיט סאטמאר אדער ציונות:
מיט דעם שטים איך צו,
טאקע נישט!!!
סאטמאר רבי זי"ע'ס דעת איז בינדעט אויף גאנץ כלל ישראל, אפי' עס האט גארנישט מיט סאטמאר אדער צוינות!!!!.
די עירוב חברה זענען נישט קיין שלעגער:
נאר זיי, אין נאר זיי שלאגן!!!
מען זעיט דאס אין אלע גאסן !
איך ווייס נישט אין וועלעכע גאסן די דרייסט זיך, אז די מישט אויס די יוצרות,
לעצטענס ברוך השם שוין אביסל שוואכער, מיר האט א בחור געשלאגן פארן שרייען אויף אים שבת ווען ער האט מחלל שבת געווען בריש גלי ווען סאיז נישט דא קיין עירוב אין שטאט אין קיין שום רב זאגט נישט אזוי!!!
זאג נאר,
ווער האט אנגעריסן א מאן- ווייב- בחור- מיט מיידל- ביז מהאט זיי קוים געראטעוועט!!! אויב נישט דער גראביאנק ש. ............ פון בארא פארק!! ווען דער בחור האט אויף אים געשריגן שבת? (אפשר ביסטו דאס גאר דער גראביאנק).
איבער מער איינצלהייטן קענסטו פרעגן רבי י. ז. פון וויזניץ, ער האט פארהאנדלט איבער א דין תורה צווישן זיי, דער ראצער איז איינער פון זיינע פארערער.....
שלאגן פרויען:
אפשר קענסטו מיר זאגן , ווער האט אנגעריסן מרת ר. פון בעדפארד גארדענס? פארן בלויזן מקיים זיין א מצווה פון מוחה זיין - שרייען שבת אויף א פרוי מיט א קערידש,
אין אויב כאפ מיר אזוי סאך אז מ'האט שוין נישט קיין כח צו שרייען , צו וייל מ'טיט גארנישט אויף , מיינט דאס אז די קענסט באקן מעשוית אויף פארקערט???,
ווען די קוקסט אריין דעם אמת אין פנים , די זעסט ווי די שטייסט וואס אזעלעכע חרפות נוראות איר טיט אפ אנשטאט מודה זיין אויףן אמת אין זיך כאפן ווי מ'האלט, באקסטי פארקערטע מעשיות (וואס די ביסט אליינס דארט גיווען , אין געהערט טעיפס דערפון) דא ליגט דער אמת!.......וואס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איבער א איד אין די שניי:
איך האב בכלל נישט געהערט פון די מעשה, אבער גאנץ מעגליך אז עס איז אמת,לדעוון נפשינו איז שוין פאר געקומען גאר גאר אסאך אזעלעכע אדער ענליכע מעשוית,
אזעלעכע נאצישע פעטש האט מען נישט געזעין אפשר זינט די נאציס ימ"ש וזכרם, ביים 2'טן וועלט קריג.
וועגן די גרויסע חוצפה וואס די האסט צו רעדן אויפן הייליגן קונטרס משמרת חומותינו, איז וייל ס'באדערט דיר אז עס איז דא א שופר וואס זאגט ארויס אן אמת ווארט, צווישן א מבול פון ענקערע שקרים, און דעקט אביסל אויף ענקערע נידערטרעכטיגע מעשים.
שרייען מחללה מות יומת:
וואס דען זאל מען שרייען ? גיט טיט איר ווען איר זענט מחלל שבת? דאס איז די מצוות הוכח תוכח? שיין זעע מיר אויס מ'האט טענוס אז מ' טיט וואס די תורה הייסט!!, זאל מיר שטיין מיט פארלייגטע הענט? דאס הייסט מוחה זיין ווען די טיסט אזא מורה'דיגן עבירה ווי חולל שבת?
פון אזא געוואלדיגע קידוש השם וואס די שרייער מאכן , זיי ווייזן אז לא אלמן ישאראל עס איז נאך דא אידן יראי השם דאס פייערל פון אידנטום האט זיך ברוך השם נאך נישט אויסגעלאשן, האט דער אויבישטער זיכער הנאה, עס איז אים אוודאי א שטראל פון ליכטיגקייט און דעם ביטערן גלות און דעם השוכן אתם בתוך טמאותם.
איסר חיתון:
האט מען געלייגט אן איסר? האט מען געזאגט אז מען טאר נישט?
קיק נאר אפי' פארשטיין וואס די ליינסט קענסטי אויך נישט !!!! (עפעס א לימוד זכות פארוואס דיין קאפ איז אזוי פארקרימט)
מ' האט געזאגט אז מ'זאל וויסן ווייל אזוי ווי קיינער וויל זיך דאך נישט משדך זיין מיט אזא איינעם וואס איז ליידער אזוי ביטער אריינגעפאלן אינעם נעץ פונעם בעל דבר!!!
אבער גוים זאלן קומען סטראשען מיט הארגענען:
דאס איז שוין די פרייליכע נייעס!!!........
אז איר האט אנערקענט אז אייער מערכה נגד כל דבר שבקדושה , פון שקר און בלאף איז אדורך געפאלן,
אפי' נאר צוליב דעם איינעם טעם,
ווייל א זאך וואס איז געבויעט מיט שקר האלט זיך נישט,,שקר אין לו רגלים!!!
פאר דעם טיט איר שוין אזעלעכע זאכן פאר הוילע כעס און דערפרעסיע.
עס ווייזט דאס וואס איעדער זעיט יעדן שבת לעיני השמש אז ברוך השם די קדושה האט מנצח געווען,
און קיינער טראגט נישט חוץ די אפאר ארויסגעפאלענע אידן וואס זענען ווייניגער ווי א פערטל פראצענט פון וויליאמסבורג, ווילט איר כאטש לערנען א לקח פאר די שומרי משמרת הקודש.
עס איז ליידער זייער ביטער אייערע מעשים תעחיאים – שמוציגע ארבייט איז א טיטל דעראויףת אבער פון די זייט שיינט אריין א ליכטיגקייט אז אידישע קינדער דער עם הנבחר האט זיך מתגבר געווען אפי' די שווערע נסוין פון האלטן שמירת שבת כהלכתו אויך.
און פארן ענדיגן לאמיר דיר פרעגן, ווי שעמסטי זיך נישט צו שטיין אויף די זייט פון די פאר דארעכגעפוילטע גאסן אינגען , אפאר מושחתים וואס האבן געכאפט א רב'ל וואס איז ניטאמאל אויף זייער זייט , אלעס צו טון וואס זייער הארץ גליסט אנקעגן כל גדולי דורינו , וואס האלטן אין שטיצן די תורה הקדושה דעם חיי עולם וואס איז נטע בתוכינו,
נ.ב.
א מחלוקה לשם שמים איז עס טאקע נישט, ווייל לשם שמים מיינט ביידע זייטן לשם השם, אבער דא זענט עטץ פארגרעבטע חברה אקעגן ערליכע אידן, אווי מחלוקת קורח וכל עדתו געגן משה רבינו.
עצה טובה קא משמע לן , ווען די זאלסט רעדן אזוי ווי קרן הצבי, וואלט כאטש די מענטשהייט בעסער פארשטאנען ווער איר זענט......
תוקן על ידי - jewboy - 20/01/2004 3:24:19
בארא פארק
די האסט אריינגעלייגט די בילדער פון דיר?
עס שטימט מיט דיינע דיבורים אקאראט.
ממש ווי צוויי טראפן וואסער!!!
אזוי קיקן אויס די טראגערס!!
רבותי!
איך האב געשריבען בטוב טוב ודעת. איך האב ח"ו נישט געשריבען אויפען דיין שליט"א וואס עטץ זאגטס אז איך האב געשריבען. איך האב געשריבען בזה"ל: "ח"ו צו זאגען אז די דיין האט מכשיל גיווען אידען צו טראגען פאר 25 יאהר".
איך האב גשריבען מיטען גרעסטן מאס ריספעקט אויף אלע גדולים שליט"א. עטץ האטס געשריבען אויפען קלויזענבורגער כל דבר אסור ר"ל נאך מיט א גרויס חוצפה ועזות.
וואס איז, עטץ קענטס נישט פארנעמען דעהם ריינעם אמת? איך האב נישט גיזעהן קיין איין ערליכע רב וואס זאל זאגען אז מען מעג זיך נישט משדך זיין מיט די טראגערס! אויך די חברה האב איך גיזאגט שטינקערס.
און אויב עס איז אמת אז די טראגערס זענען שלעגער "הרינו מוחה על זה בכל לשון של מחאה". הגם, קיינער זעט נישט די טראגערס זאלען שלאגען. אבער נאכאמהאל, וויאזוי קען מען זאגען "מחלליה מות יומת" ווען איינער פאלגט זיין רב?
פארוואס האט גימעגט א סאטמארע באס אדורעכפארען אויף מארסי און צורייסען זייער "קליינע" עירוב אידעדע וואך ווען מיר האבען גיהאט אן עירוב אויף ראדני פאר 25 יאהר? עס איז טאקע דא רבנים וואס זאגען אז די "קליינע" עירובין האט די רבי זי"ע נישט גיוואלט ווייל ווער וועט זיך זארגען פאר זייער כשרות? די רבי זי"ע האט גיוואלט איין גרויסע עירוב וואס עס וועט זיין א משגיח תמידי. איך זאג דאס נישט פאר זיכער, אבער אזוי זאגען טייל רבנים (ניין, נישט די קלויזנבורגער, זיין אינטערסירט נישט וואס די רבי זי"ע האט גיהאלטען, מיר אינטערסירט עס יא, ענק אינטערסירט עס אויך נישט, עטץ מיינטס נאר פאליטיק). די פאקט ווייזט טאקען אז דעהם סוכות זענען רוב קליינע עירובין גיווען פסול אפילו בדיעבד, אזוי ווי איך האב שוין געשריבען בטוב טעם ודעת. נאר עטס ענטפערטס נישט ממין הטענה. נאך א סימן אז דאס איז פאליטיק.
ברענג מיך נישט קיין ראיה פון קאשוי רבי וכדומה. האסט שוין פארגעסען ווי מען האט פארשריגען אין אלע גאסען? דאס איז מיין פוינט: נוץ נישט די רבי'ס ווען עס איז גיט פאר דיר און נישט ווען עס איז שלעכט פאר דיר. מען הענגט ריזיגע פלאקאטען אין די גאסען: וואלט איהר ווען גיגעסען א פלייש וואס נאר "איין" רב זאגט אז עס איז נישט כשר? הא? זענט עטץ שיכור? ווען קאשוי רבי האט געשריגען אז עס איז חשש נבילה און אז די ניקור טויג נישט ווי זענטץ עטץ גיוועהן? ווען קאשוי רבי האט נישט גיהאלעטן פינעם סקול דיסטריקט ווי זענטץ עטץ גיוועהן? פלוצלינג איז ער גיט?
ענטפערסט צום זאך. סתם זאגען די ביסט "א רשע" איז גירעדט ווי א קינד! איך האב נישט אזוי געריבען (נישט אז איך ווער ח"ו באליידיגט). פארוואס טראגען דריי פערטעל סאטמער? פארוואס האט מען גערודעפט די קליינע רבנים צו אונטערשרייבען ווען זיי האבען נישט גיוואלט?
חברה!
איך געב אויף!
איך זעה אז א חלק פון ענק וועל איך סייווי נישט טוישען דעהם מיינונג, און מיין מיינוג וועט עטס אוואדאי נישט טוישען, ווייל איך זיך נאר דעהם אמת. אהנפאנג האב איך טאקע נישט געטראגען ביז איך האב פעסגעשטעלט אלע פאקטען. אפילו היינט טראג איך נישט בפרהסיא, ווייל איך האב מורא פון די בושות.
אזויפיהל וויל איך יא זאגען: פאר איהר שרייט נאכאמאהל מחלליה מות יומת, טראכט גיט אריין אויב עס לוינסט זיך צו פארלירען כל חיי העולם הבא. "המבזה את חבירו ברבים, אין לו חלק לעולם הבא". יענער האלט דאך אז "ער" איז גירעכט. ממילא ווער האט דיך איינגערעכט אז "דו" ביסט גערעכט!
צום שלוס: איך האב אייביג געשריבען שיין און בדרך כבוד. איך האב פריינט וואס זענען פאר ר' אהרן שליט"א, און פריינט וואס זענען פאר ר' זלמן לייב שליט"א, (באמערקט: איך האב קיינמאהל נישט געשריבען בלשון בזיון אהרוני אדער זלי). איך וויל בלייבען פריינט מיט ענק אלע!
יעצט אז מיינע טייערע חברים ריפען מיך שוין "רשע" וכדומה געב איך אויף! איך וועל צירוק גיין צו די גיטע טעג ווען איהר האט אלע הנאה גיהאט פון מיינע אינטערסאנטע בילדער וכדומה. נאר איך בעט אייך איין זאך: נעמט אראפ פון מיר די טיטול "רשע".
איך וועל מער נישט ענטפערען אויף טענות וועגען די עירוב!
זאל די הייליגע רבוש"ע העלפען אז עס זאל זיין נאר שלום צווישען אידישע קינדער, און אז עס זאל זיין נאר קדושת השבת, און מיר זאלען שוין זוכה זיין אקעגען גיין משיח צדקינו, ומלכינו רבינו בראשינו, אמן!
בארא פארק
אלענפאלס.
איך בין נישט דיין בר פליגתא אז איך זאל זיך מיט דיר שרייבן,
ווען די גייסט די נעקסטע מאל אין טיאטער קענסטו זיך טיינען מיט דיינס גלייכן,
אדער ווען די טרעפסט דיך עני פלאץ ווי די דרייסט דיך!!!
וואס איך האב יא געענטפערט איז געווען אלס
ודע מה שתשיב!!!
אז די אלע וואס קיקן דיינע בויך גרעבצערייען זאלן זיך נישט איינרעדן אז עס איז אריינגעפאלן אפי' א ברעקעלע ערנסטקייט דערין..........
אינאיינוועגס: דאס וואס די ענטפערסט נאך דעם,
דאס איז נאר דיין דייעריע אויפן צונג!!!!!!!!!
א געמישעכטס פון ווערטער, ארויפגעבראכן ברבים
אויפן פאפיר!!!!!!!!!!!
נ.ב.
נאך דערצו אז דער מנהל נעמט אראפ גאנצעטע שטיקער פון אינדערמיט .............
אפי' עס האט גארנישט מיט גולי.......
ער וויל נישט מ'זאל וויסן אז דער ריינער אמת ליגט ביי אינז,
נעמט ער אראפ שטיקלעך,אין שרייבט נישט צו אויף דעם פלאץ, אז ער האט עס מתקן געווען!!!!!!!!!!!!
איך וויל פארשטיין אייער וויכוחים! איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד אין אויך נישט קיין מעמבער אין סאטמארער קהל.
פארוואס זאל מיך אנגיין וואס די "אמתע" דעת פין ויואל משה איז געווען?
וואס איז מיין געשעפט וואס ר' זלמן לייב אדער ר' שלמה לייב האלטן?
זיי זענען מיינע רבנים? איך האב אינטער געשריבן אויף זייער קאנסוס?
פונקט ווי אייך איז נישט מחייב דער קלויזנבערגער רבי אדער פאפער רבי אדער בלזער רבי איז מיך נמישט מחייב סאמארער רבי.
אלא וואס דען? איר סאטמארער ווילט ארויף צווינגען בכוח אייער מיינונג אויף מיר.
טא וואס רופט איהר אונז בעלי זרוע?
כאפט'ס דעם גנב
baach
זאג נאר,
ווען דער משנה ברורה שרייבט א הלכה דארפסטו דאס נישט אננעמען?
ווייל ער איז א ליטווישער געווען?
צו ווען דער שלחן ערוך הרב פסק'נט, מיינט דאס נישט דיר?
ווייל ער איז נישט געווען רבי פון דיין מלכות?אדער חצר קודש?
אין די זעלבע מיט'ן חתם סופר? ווייל ער איז נישט געווען א חסודישער איד פון דיין קרייז?
אלזא,
איז ווען די זאגסט שמע ישראל מיינסטו גאר דיין רבי'ן?
דיין רבי איז גאט, אין די נעמסט נישט אן גארנישט פון א אנדערן גלויבן?
אויב אזוי פאר וואס זיך פייניגן! לאז זיך וואויל גיין אזוי וועסטו און גן עדן ממילא נישט אנקומען!!!!
די קענסט זיין א מהודר'דיגע איד א גאנץ לעיבן נאך אסאך מער ווי אלע אנדערע אידן אין גארנישט האבן דערפון! ווייל די גלייבסט נישט אין אויבישטן,ר"ל, די דינסט עבודה זרה !!!!קיין שום מענטש געזאגט,
פאר דעם געלד, לאז זיך כאטש וואוילגיין,מאך א לעבן,נוץ אויס דעם עולם הזה , ווייל ביי דעם בלייבט עס!!!!!!!!!,ה"י,
אינז אידישע קינדער ווייסן,אז א ווארט וואס א צדיק אמת האט געזאגט, איז חי וקיים, עס איז נצחוית, אין בינדעט גאנץ כלל ישראל!!!!!!,
נישט קיין חילוק צו הייט ער ,
פאפא רב זי"ע
צו סאטמאר רב זי"ע
צו ר' יונתן שטייף זצוק"ל
צו ר' מיכאל דוב ווייסמאנדל זצוק"ל
צו שאפראנער רב, אדער שארמאשער רב,א.א.ו.
דאס איז אבער נאר ביי א צדיק אמת!
ביי אן אנדערן אבער,
איז עס נישט בינדעט אפי' זיינע אייגענע מענטשן אפי' ווען ס'איז על פי תורה,
אין אוודאי ווען ס'איז דברים בטילם,
ווער רעדט נאד אנקעגן די תורה ר"ל.
ווען מ' קוקט אויפן אויבירשטן פאלן אלע שיטות וועגן אמונה אוועק!
אבער ווען מ'קוקט דורך אנ אנדערן צום גאט!!!
ר"ל איז דאס נאך פון די שוואכערע פראבלעמען, ה"י ויצלינו פון אלע נסוינות קשום אין דעם ביטערן גלות, וואס מ'זעמיר הסתר בתוך הסתר,
אין מ'זאל מיר שוין אויפגעלאכטן ווערן בביאת גואלינו, במהרה בימינו,
הער מיך אויס פיינער10:
בנוגע דעהם ענין פינעם עירוב האב איך געזאגט אז איך וועל מער נישטענטפערען.
יעצט לאמיר דיר זאגען: די רעדס ווי א קינד. איך האב אלעס געשריבען בטוב טעם ודעת. דו רעדס ווי א פיצעלע בעיבי! וואס פאר א מין גערעדעכסט איז די האסט "דייעריע אויפען צינג"? נאר ווייל די האסט נישט וואס צו ענטפערען?
און ווייל די גייסט אין טיאטער, מיינט נאך נישט אז יענער איז אויך אזא שגץ. איך גיי נישט אין טיאטער! איך קום אין ביהמ"ד לערנען איעדע נאכט. נאר וואס דען... ווען עס איז א מחלוקת שלא לשם שמים וויל מען נאר דעהם "נצחון" נישט דעהם אמת...
יעצט זיי מיר מסביר, אבער צום זאך: פארוואס ווען "אנדערע" עכטע גדולי ישראל ווי הרב אברהם לייטנער שליט"א האט געזאגט א דעת תורה האבען "אונזער" רבי'ס גימעגט זאגען אויף זיי כל דבור א.... און אויב האט איינער זיך עפעס מחולק גיווען איז ער שוין גיווען א ווער ווייסט וואס, מען שרייבט קול קורא'ס מיט מוחאות "......על אשר דבר על השם ועל משיחו". פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איז יענער דער "ריש גליתא" אדער דער "צדיק הדור" וכדומה. פון נעמסטו דעהם חוצפה און עזות צו שרייבען אזוי מיאוס אויף קלויזענבורגער רבי? און די ביסט דער וואס זיכט דעהם אמת און דעת תורה? די זיכסט סתם נצחון. אדער דער ריכטיגער דעת תורה וועט זיגען. די נאכשרייערס ווערען ווייניגער און ווייניגער!
איך קען א פארפרומטער "חילול שבת שרייער" וואס מען האט אייביג געוויסט אז מען טאר נישט לאזען קינדער אדער בחורים אין זיינע ארבע מאות פרסה... יא, די מענטשען זענען די שרייערס.
איך קען דיר זאגען אז אסאך אפגעפארענע חברה זענען גיוועהן אזאלעכע וואס זענען גיוועהן "פארטיי" מענטשען. זיי האבען געוויסט אז וואס די פארטיי זאגט איז הייליג און אנדער רבי'ס זענען "כופרים, שקצים, ועוד ועוד.... נאך אפאר יאהר האבען זיי זיך געכאפט אז דעהם אייבירשטער מיין איך דאך זיכער נישט, ווייל אויב יא, איך גלויב נישט אז דאס האט די תורה גיוואלט, זאגען כופר אויף אנדער ערליכע אידען... נו... אויב אזוי וואס דארף איך נאך דעהם טיטול סאטמער אויף מיר אויך...? ורבים חללים הפילו.
מען דארף וויסען אז עס איז דא ערליכע אידען ערגעץ אנדערשט אויך. קינדער וואס הערען אז דער אדער יענער רבי איז א שגץ, אפיקורת, וכדומה וואקסען אויף מחוצפים.
צום שלוס: איך בין נישט דיין פר פלוגתא איך זאל מיך מיט דיר שרייבען. איך האב דרך ארץ פאר "אלע" ערליכע אידען, נישט נאר פאר וועלכע דיין מח קטן האט אפגעמאכט אז זיי זענען ערליך. איך גיי נישט אין טיאטער ווי די, איך רעד נישט מיאוסע ווערטער ווי דיר, מיין פלאץ איז איעדע אווענט בין כותלי בית המדרש ביים שיעור!
בארא פארק
וועלעכע שיעור גייסטו יעדע נאכט א דף היומי שיעור???
איך האף אז די האלטס נישט אז "דף היומי" איז ציונות...
וואס זענען די 3 גרעסטע עבירות???
לערנען דף היומי
טראגען מיטען עירוב
דאבעל פארקען
no
לערנען דף היומי ביים כותל אויף עברית....
כותל... רחמנא ליצלן!