היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » די עשרה בטבת הפגנה

די עשרה בטבת הפגנה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #753702

jewboy » 4/1/2004 22:55

ווער געדנקט די גרויסע "עשרה בטבת הפגנה" און ארץ ישראל, מיט א קנאפע 15-16 יאר צוריק?

ס'איז געווען דעמאלט די מעשה מיט ממילא און אלט שטאט, איך געדענק ווען איך בין געגאנגען און ישיבה פארטאגס דעמאלטס, איז שוין און די גאסן געווען איבערגדרייט לרחצה.

מען האט אויסגערופן און אלע שולן אז מען זאל ארויסגיין מוחה זיין, און איבערדרייען די שטאט.
און סאטמאר שול און יואל האט ח. י. יאקאב אויסגערופן א ס'איז א מצווה צו פארברענען מיסט קאסטענעס.

איין זאך וואס איך וועל נישט פארגעסן פון וואס איז געווען.

איך בין געווען און די סאטמארע ישיבה אויבן ביים פענסטער מיט נאך אפאר חבר'ה, ביי יחזקאל גאס, און אונטן איז געשטאנען א גרויסע ווען פון די משטרה מיט נאך פאליצייאישע קארס, און פלונצלינג פליט אריבער מיין קאפ א גרויסע טיש פון דאך, גלייך אראפ אויפן ווען, און צוויי שוטרים זענען אפגעטראגן און שפיטאל, שפעטער זענען ארויף געקומען און ישיבה יס"מ מיט אנדערע מיני שוטרים, און מען האט זיי באווארפן מיט אלטע שיך, וואס דאס טוט וויי אוי אוי, זיי האבן אפגעטראגן פון דארט ווי א רוח האט געבלאזן אויף זיי.

מ'האט ארויף געברענגט פון קאך, אייער, טאמעיטאס, צוויבל, מעל, חריף, יוגערט, שמנת, מילך, וואס ס'האט זיך נאר געלאזט, און אלץ איז אראפ געפלויגן אונטן אויף די שוטרים.

ארום 3 אזייגער בערך איז די שטאט געווען ממש הפקר, די פאליציי האט פארלוירן קאנטרול, און די חרדים האבן איבערגענומען די שטאט, ס'איז געווען אזא חורבן אז ה' ישמור.

יוסף90 ברענג אונז צוריק די גוטע זכרונות ,

איך וועל אויפזוכן און מיין ארכיון בלי נדר בילדער פון דעמאלטס.

שורשנגח » 4/1/2004 23:31

דא אין וויליאמסבורג איז אויך היינט געווען א עשרה בטבת הפגנה קעגן די גרעטש בילדונג!
ווי זענען די בילדער?

ekstein » 4/1/2004 23:33

די פארשטייער פין די גויאישע פרעסע זענען היינט דארש געווען

BillyJoel » 5/1/2004 01:27

די עיקר הפגנה איז פארגעקומן היינט קעגן די הויז פון ר' משה ראטה אויף ראטלי'ג סט.

זיינע קינדר זענן געשטאנן ביי די פענסטר אוין געוויינט. נעבך.

ספעציאליסט » 5/1/2004 01:29

טאקע א רחמנות. וויאזוי קענען מענטשן זיין אזוי הארצלאזיג?