אויף לי עוועניו איז שוין דא מער ווי א בליק.
יעצט וואס טוט זיך אוף 13טע עוועניו און בארא פארק?
פאר ארום 3 חדשים צוריק בערך האב איך אפגעציילט וויפל סעליולער געשפעטן ס'איז דא פון 38 סטריט ביז 60גער גאס. (פארנדיג מיטן קאר), ס'איז דא פונקט 13 דאס איז אינקלאדעט ברוקלין מעילינג וואס איז נישט עכט 13 אבער כמו. (היינט איז שוין דא מער)
אויף 13טע עוועניו איז דא ב"ה זייער אסאך פרעס, קליידער, שיך, ספרים, צייטונגען, גראסערי, הארדווער, געשעפטן.
אפשר וואלט געווען אינטרעסאנט פארן עולם עס דורך צו שמועסן?
קינדער קליידער:
קידי שיק (איבערגענומען פאריאר דורך א איזראעילישן קאמפאני וואס הייסט אסתי אין מנדי'ס), רעיטשלס (א וויליאמסבורגער איד וואס רייכערט אלס אין די סטאר), סטעלא באמבינא ע"ה (פארמאכט ערב ראש השנה - פרנסתו של אדם 'צובין מראש השנה עד ראש השנה...), ליטעל לוינדזערס (א בעסערע געשעפט מיט שיינע אימפארטס פין איטאליע אין זייער באוואוסטע ליין פין שבת ראויבס פאר קינדער), אל אין וואן (מער נישט קיין עלעקטראניקס סטאר), טייני טאון, סעווען סטארס (א אלטער נערוועזער איד וואס שטייט רוב טאג אין געשעפט ביים שטענדער אין לערענט! ער האט אנגעהויבן דעם געשעפט אויף די עלטער כדי אויסצוהאלטן זיין זוהן ביים לערנען), וואנדערלענד.
עלעקטראניקס:
פאקעס (דער בעה"ב ר' דוד זינגער איז דער וואס פארט ארןם אלס וועג ווייזער אין די נסיעות קיין פוילן), איגעל, האפיס.
ספרים:
אייכלער (אויך די גרעסטער "אנליין" דזודעיקע סטאר), קודש.
פרויען קליידער:
עס. ענד דאבליו., 18 דאללער סטאר, מאדאמא (א סטעדי קאסטומער באקומט א הערליכן מאדאמא פאקעטבוק!).
איך געדענק נישט אלע, ווער עס ווייסט מער קען צושרייבן.
Music StoresGal Paz 1&2 Mostly Music Eichlers Flohrs Hi-Tech 2000 Hoffys.
Heimeshe Cellphone Stores in Boro Park.
Big Man Hi-Tech 2000 Wireless Tech USA Cell 4 Less Planet Cellular.
א נייע פטנט ווי אזוי צו מאכן געלט.
נעכטן ביי צוויי געשעפטן אין בארא פארק אויף דרייצענטע עוועניו.
[בילד – נישט אפגעהיט]
האט מען אייך שוין אנגעטראגן וואלעיט פארקינג אמאל אויף א ביזי גאס?
[בילד – נישט אפגעהיט]
לעצטענס עפענען זיך מער און מער בענק אוף 13 עוועניו.
ווי עס איז דא א געשעפט צו פארדינגען ווערט א באנק.
ליי עווניו דערווייל בעגניגט זיך מיט איין באנק.