היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ניימאן'ס בעקעריי ווידער אין די נייעס

ניימאן'ס בעקעריי ווידער אין די נייעס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #743123

chabibi » 28/12/2003 19:45


מזל טוב!

וויליאמסבורג, - דער געשמאקער ווינקעל וואס ליגט אונז אלע אויפן מאגן מיט איר אווערנייט קוגל און אלטע קוקיס וואס איז עוועילבעל א גאנצער וואך ביז אין די טיפעניש פון די נאכט איז אויף רעדער. יא ניימאנ'ס בעקעריי דער סטאר אויף קארנער בעדפארד איז עפעס שטארק בשמחה דארטען, דער עולם האלט און איין אריין שטראמן מיט אויסגעשטרעקטע הענט, מיט מזל טוב געווינטשערייען..

איך האב מיך איצט באוואוסט אז איר בעל הבית, כ'האב פארגעסן ווי אזוי ער הייסט, אבער זיין שווארצער לאנגער בארד מיט די רויטע בעקעלעך וואס לאזט ארויס די איידעלע שמייכל בשעת'ן איינפאקן אייך דעם פעקל שטענדיג מיט א גוט ווארט אייך גרינגער צו מאכן דאס הארץ איז א חתן געווארען!

איך פרעג מיט וועם? זאגט מיר דער עולם מיט עפעס א רעסאראנטקע פון בארא פארק, אויך א ווינקל וואס איז אפען ביז נאכט אריין צו סערווירען אידישע קינדער. אזא ענבי הגפן בענבי הגפן שידוך. בלייבט מיר נאר איבער זיך מיט פרייען מיט די שמחה פון וויליאמסבורג און בארא פארק און ווינטשען פארן חתן מיטן כלה פול נחת און שמחה.

לחיים!


kutchma » 28/12/2003 21:07

מזל טוב מזל טוב!!!

עס איז אינז אלע א שמחה אין א פרייד.


איך האף אז די התאחדות הרע-בנים וועט נישט סטראשענען די רב וואס וועט מכובד ווערן מיט סידור קידושין.

mefikel » 28/12/2003 21:33

ר' יוסל ניימאן פון קר"י די בעה"ב פון ניימאן'ס בעקעריי און דער בעה"ב פון ספינקא ביהמ"ד און קר"י איז א חתן געווארן מיט פערלשטיין פון ב"פ
מזל טוב

mikve46 » 29/12/2003 00:48

איך האב געהערט אז יודל וואלף מיט ישעי' יעקב שטויבער פין "וועד הצניעות" [די בעזעם וואס קערט שמוץ] האבען פרובורט צושטערן די שידוך