היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער זענען אייערע פעיוואריט שרייבערס?

ווער זענען אייערע פעיוואריט שרייבערס?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #742333

מישמאש » 28/12/2003 04:41

מיינע פעיוואריט שרייבערס אויף היידפארק זענען:

1. דזשובוי - וועלכער איז אונזער אייגענער פאפעראצי. ער שטעלט צו קנאקעדיגע בילדער און ברענגט אלעמאל אינטערעסאנטע איידיעס וואס האלטן געשפאנט דעם עולם.

2. קוטשמא - וועלכער איז לעצטנס ליידער מער נישט אזוי אקטיוו. האפנטליך וועט ער זיך צוריק נעמען צו די מלאכה אינעם נייעם פארום.

3. חביבי - וועלכער שטעלט צו די אינטערעסאנטע לינקס און נייעס'ן פאר אונזער פארום (כאטש איך האב נישט ליב זיינע אייגענע אנאליזן, וועלכע זענען אלעמאל זייער קאנטראווערשעל.)

אלזא, ווער זענען ענקערע פעיוואריט שרייבערס?

מאירקע » 28/12/2003 04:44

מישמאש טוט זייער גוט אנאליזירן א זאך
און עטפערט צו די זאך

satmarmeat » 28/12/2003 05:09

1.
דזשובוי - שטעלט צו קנאקעדיגע בילדער און ברענגט אלעמאל אינטערעסאנטע איידיעס,
2.
מישמאש ענטפערט צו די זאך



[בילד – נישט אפגעהיט]

chabibi » 28/12/2003 17:18

מישמאש, ייש"כ פאר מיך דערמאנען לטובה, איך ציטער נאר וואס דאס מיינט. בלית ברירה מוזען מיר אלע מודה זיין אז דער "מישמאש" איז דער נאומבער 1 שרייבער וואס טוט אויפלעבן דעם פורום.

מיט זיין שארפען צינגעל און גרעניצלאזער חוצפה טוט ער צומאלן חבירים וואס וואגען זיך אויסצודרוקען אנדערשט ווי אים. ער דערלאנגט זעצעס אויף אלע זייטן רעכטס און לינקס אפילו די מנהלים שרעקן זיך פון אים.

ער איז דא דער שווארצער בער וואס פארציקט אלעמען, און אלע אנטלויפן פון אים.

אבער אן אים איז קיין עקשאן נישט דא.

mefikel » 28/12/2003 17:46

און וואס איז מיט בדעבד ער איז געווען די בעסט נעבעך אזוי יונג אוועק ת.נ.צ.ב.ה

דיפלאמאט » 10/6/2005 01:21

און ווער זענען היינט די פעוואריט שרייבער? עס האט זיך דאכט זיך שוין געטוישט זינט מען האט ארויפגעשטעלט דעם הודעה.

jid_613 » 10/6/2005 01:32


קודם כל ברוכים הבאים דיפלאמאט, (זעהט אויס צו האבען א געלונגענע פענע -- טראץ זיין אינגע עלטער אינעם פורום -- לכה"פ מיט דעם ניק...),

לדעתי איז קוטשמע סטיל און אף דהע בעסט -- ווען ער שרייבט,

וחוצמזה, אינגערמאן פאר די איידעלקייט, באטשי פאר זיין סענס אף הומור, און יוחי פאר די גראדע ידיעות, און באראפארקער (ביז י"ב אדר דהאי שתא) פאר א גלייכע סברא...

און לאמיר נישט פארגעסען "משיח השם", (אוי... ער שרייבט דאך שוין נישט...).




בהוקרה,
דזשיד

tzvibp28 » 10/6/2005 02:58

Baachi

עפל4סדר » 10/6/2005 03:05

געזעגנען
חורינער
kjfireman
יוסף90
איחודמעמבער
עקשטיין
שפצלעך10
RODNEY
קרןהתורה13
יוסףמאיר
כעלעמער

עפל4סדר » 10/6/2005 03:09

ביי דט ווע
מישמאש שלום עליכם איך האב דיר נישט געזען באלט א יאר
i m happy to see u

מייזלס » 10/6/2005 03:10

Baachi # 1
בלי שום שאלה.

כל מילה זהב טהור.

kutchma » 10/6/2005 03:25

שכויעח דשזיד, I'LL TAKE A BOW

דאס איז אמאל זיכער אז באטשי קטן'ט מיך איבער, HANDS DOWN

geferlich » 10/6/2005 05:00

באקומען אין אישי

ס'שייך דא אהער

--------------------------------
חמצי
You are not so geferlich as "stupid", but I have to
thank you for entertaining us with Baachi's replies.I realy enjoy Baachi the way he takes care of you
--------------------------------

איך קען נישט קאמענטירן דערויף ממה נפשך נישט...
איך לאז דעם עולם קער נעמען דערפון...


חמצי: זאל איך שרייבן נאך?,,,




Baachi » 10/6/2005 06:02

וואו, קטונתי מכל...

אבי איינער ליינט דאס

קוטשמע אספעציעלן שכויעח פאר מחדש זיין א ווארט לכבוד דעם הייליגען יו"ט

וואס איז אבער דער שורש פון "קטנ'ט מיך"

מיין פעיוואריט איז יוסי718 פאר זיין קלארן POINT OF VIEW

כורמיזא פאר זיינע ידיעות

און דשיד אויך פאר זיינע קאמפלימענטן...

איך וואלט אויך צוגעלייגט זאליוואקי פאר זיינע אויסגעהאלטענע פרעדיקטאבל תגובות, ווען ער וואלט זיך אבער אפגעוויינט פון דעם שעלטן.

אגלה לך סוד: סהעלפט מיילא נישט. קוק ווי די ציונים מיט די בעלזער וואקסן, טריי זיי אמאהל צו בענטשן, קען זיין אז דאס וועט זיי דאס שאטן.


תוקן על ידי - baachi - 10/06/2005 6:23:48

בענעדיקט16 » 10/6/2005 06:14

מיין בעסטער שרייבער - הגם איך וואלט זיך קיינמאל משדך געווען מיט אים צוליב זיינע לינקע השקפות (עכ"פ קעגן מיר איז ער זיכער לינק געשטימט) - איז "באטשי".

זיין דעת תור"ה צוזאמגעפלאכטן מיט א סענס אוו הומאר וואס קען מאכן לאכן א טויטן!!!!!

Maashpia » 10/6/2005 06:47

עס איז שוין נישט געװען קיין נעמען אויף היידפארק אז די האסט געמוזט ניצן דעם נאמען פונעם פויבסט?!

Maashpia » 10/6/2005 06:58

עס איז שוין נישט געװען קיין נעמען אויף היידפארק אז די האסט געמוזט ניצן דעם נאמען פונעם פויבסט?!

קרינסקי » 10/6/2005 07:08

Baachi yocci and sim are worth reading
as well as many more

דיפלאמאט » 10/6/2005 15:28

אבי איינער האט מיר אויך אויסגעפיקט...

טענקס דזשיד

אייןסאטמאר » 10/6/2005 18:30

די "פעיווארט שרייבער" ליסט וואס עפל4סיידער האט, איז זייער אינטערסאנט, ווער ווייסט וואס די צד השווה פון די מענטשן אויף זיין ליסט איז?.

BTW, איך בין זייער באליידיגט, איך טרעף נישט מיין נאמען אויף קיינעמס ליסט

shia550 » 10/6/2005 19:18

איין סאטמאר

איך קוק אויף די ליסט זע איך כמעט נישט קיין מענטשען וואס שרייבען נאר פאליטיק, זעט אויס אז קיינער האט נישט קיין גרויסער געשמאק דאס צו ליינען.

אז עס שטייט ליינט מען עס, אבער דער עיקר האבען די חברה הנאה פון שרייבען וואס שרייבען דברים של טעם, בלי נגיעות.

אייןסאטמאר » 10/6/2005 19:43

שיע
איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט ארויסברענגען, ןאתך הסליחה

yeedle » 10/6/2005 21:12

יוסף90
the one and only

Baachi » 11/6/2005 00:28

YEEDDLE



קיינער ביעט נישט יוסף90

ער איז דער איינציגער שרייבער דא וואס מקען תיכף דערקענען ווען ער שרייבט אמת און ווען ער שרייבט ליגענס.

למשל ווען ער שרייבט א מעשה שהיה אין היידפארק, איז א סימן מובהק אז ער שרייבט שקר וכזב.

אבער ווען ער שרייבט חידושי תורה פאר זיך אליין, דאס - רבותי איז שוין א דבר אחר.