היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א סאטמערער יונגל איז ניכר מיט די ציצית

א סאטמערער יונגל איז ניכר מיט די ציצית

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #739721

מאירקע » 26/12/2003 05:02

געטס א קוק וועט עטץ זעהן אלע סאטמערער יונגלעך ארום די גאנצע וועלט גיין מיט די ציצית אינדרויסן
א כבוד שמים און א קידוש השם

קרןהתורה13 » 26/12/2003 05:08

די מצוה איז דאך "וראיתם אותו". וואס איז דער גרויסער חידוש דערפון. עס איז א חידוש וואס מען גייט נישט איבעראל אינדרויסן. אפילו דער חפץ חיים פסק'נט אין משנה ברורה מען זאל ארויסזען די ציצית, און דעריבער פירן זיך די ערליכע ישיבה'ישע קרייזן צו גיין מיט די ד' כנפות אינדרויסן

tzvibp28 » 26/12/2003 06:02

וראיתם גייט אויף די ציצית, נישט די בגד, ע"פ אריז"ל דארף די בגד זיין פארדעקט

געזעגענען » 26/12/2003 07:31

דא רעדט מען דאך אויך פון די כנפות, נישט פון דעם בגד.

מאירקע » 26/12/2003 14:12

מיין בית מדרש אז דא קינדער פון אלע מוסדות
און מען דערקענט א סאטמערע יונגל
יא יא די מצוה פון וראיתם
אבער די קינדער אויפן פארלאנג נישט צו זיין "שלאכיש"
שטופן אריין די ציצית אזוי איז איינגעפירט אין אמעריקע במילא די סאטמערע אויפן פארלאנג פון רבין האבן עזות דקדושה מיט די ציצית אינדרויסן

גרשטמר » 26/12/2003 14:24

אין מיין בית מדרש דערקענט אויך די סאטמערע קינדער... מיט די מויל.
א יונגעל וואס רעדט אויף אלע רבי'ס מיט א "זאפטיגע" שפארך, ווייס איך אז דאס איז א סאטמערע יונגעל...

באראפארקער » 26/12/2003 17:23

גרשטמר

אויסשווארץ » 26/12/2003 21:15

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דאס פארלאנגט קעם חנוכה ווען ער האט באזוכט אין די תלמוד תורה, נאך דעם וואס די מנהלים האבן אים געזאגט דערוועגן, האט ער געבטען אלע קינדער ארויסצו לייגען די ציצית.

צאנז_קאורט » 28/12/2003 19:03

עס האט גארנישט געהאט צו טאן מיט די מנהלים.
דער רבי האט געזען וויאזוי די קינדער גייען מיט די ווייסע העמעדלעך אבער די ציצית זעט מען נישט האט ער מעורר געווען דערויף. און דערנאך גערעדט צו קינדער דערוועגן.

יוסף90 » 28/12/2003 19:24

די אהרונים זאגן אז דער רבי שליט"א האט געזאגט זיינע ווערטער ביי א באזוך אין בית רחל.

איי, דער רבי באזוכט נישט חנוכה אין "בית רחל" דאס איז נישט משנה

shia550 » 3/2/2004 22:29

אויב אלע אינגלעך גייען מיט די ציצית אינדרויסען וואס האט דער רבי געדארפט מעורר זיין?