ברוך השם אלוקי השמים, עס איז שוין ווידער לעבעדיג אין די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט, אויב איז עס נישט קיין שמאלע געפאסטע קליידער איז עס עירוב, אין ווען דעס וועפט שוין אויך טרעפט מען עפעס אנדערש דאס מאל מיט א פריש געקרוינט קראנקהייט וואס רופט זיך ארטיסטן, יא חסדי ה' כי לא תמנו, קען זיך דען א קליין מח ווי וואס אינז פארמאגן פארשטעלן וואס די ליידיגע זעק שומרי חומותינו וואלטן ווען געטין ווען די פרישע עבירות חמורות וואס מען איז אויף זיי מחויב מסירות נפש וואלט ווען נישט ערשינען? ווער וואלט ווען אויף די "עסקנים" אויפגעפאסט? ווער וואלט ווען געעפנט א מויל קעגן די חברה ווען זיי וואלטן זייער הענט אנגעפילט מיט די ריכטיגע פירצות וכדו,? נאר ווי באוויסט איז דאך אינזער באשעפער א גיטער, ומדרכו הטוב להטיב האט ער פין אינז פארמיטן די דאזיגע פלאג מיט א מאדנע אבער ווינדערליכע אופן, די באשעפער האט אין די אזוי געריפענע התאחדות העסקנים וכלי קודש אריין געשיינט א ווינדעליכע אור אז זיי זאלן זיין כלל טיערס אין מתקן זיין די דור, נו מעשי שטן מישט זיך תיכף אריין אין זעהט אויסצוניצן די הייליגע אורות צום שלעכטן מורא האבנדיג אז זיי וועלן טאקע עפעס אויפטיען מיט זייער הייליקע ווערק, זעהט די שטן זיי צו פירן אויף א נישט ריכטיגע וועג אין פיטערט זיי מיט אזעלכע נעריש קייטן ווי געפאסטע קליידער, עירוב, אין ארטיסטן…
נערישקייטן??? רחמנא ליצלן וועט איר אוודאי שרייען, וויאזוי קענט איר אפילו אזוי זאגן? נאר וואס דען די אמת איז אז פאר יעדער איינער וואס האט אפענע אויגן איז דאס ווי א פריש קאלירטע בילד, אין ווי א דינער אינמיטן א העלן טאג, אדרבא שטעלט אייך אפ אין טראכט א מינוט, איז דען טאקע אלעס אין די קאלטור וואס מיר טיען דערמיט וואוינען אזוי כשר אין גלאט אז מיר זאלן דארפן ארויס נעמן אלע אינזער וואפן פאר די "ברעקלעך"? מען דארף דאך ממש זיין א בלינדער, א טויבער, אין איבער אלעס א טאטאל משיגענער נישט איינציזעהן אז עפעס שפילט זיך אפ דא אינטער אינזער אויגן בכלל מיט אלע אזוי געריפענע מערכות אין הייליגע ווערק, אין בפרט מיט די וועלטס מלחמה וואס איז פאריפען געווארן, נישט דארך רבנים נאר דארך עפעס א פריש התאחדות העסקנים וכלי קודש קעגן די פלאגעניש מיטן נאמן ארטיסטן, על כן טייערע ברידער לאמיר אביסל צונעמן די זאך אין זעהן אויף וואספארא פיס מיר שטייען דא.
די ניי זעלבסט געקרוינטע התאחדות – דעת בעל הבית היפך דעת תורה.
עס איז מאדנע ביז גאר אז די אחריות נעמער'ס פאר די מודעות אין רעקלאמעס וואס זענען פאבליצירט געווארן ברחובות חוצה איבער די שרעקליכע מגיפה, איז עפעס א ניי פריש זעלבסט געקרוינטע התאחדות העסקנים וכלי קודש רבותי עורו ישנים משונתכם, הערט עץ וואס דא גייט פאר? נישט קיין דיינים נישט קיין רבנים נאר עסקנים אין כלי קודש, קען מיך איינער ענטפערן:
--פארוואס איז נישט דא קיין חתימות פין רבנים אויף די נושא?
--פארוואס שעמען זיך די דאזיגע עסקנים אין כלי קודש ארויס צו שרייבן זייער נעמען?
די תירוץ פארשטייט זיך, גרינג צו פארשטיין אין צו ענפערן איז אז עס איז נישט פארהאן קיין רבנים אין די נושא, אין אז מען האט אוודאי נישט געבעטן קיין דעה פין דיינים אין מורי צדק, נאר די אזוי געריפענע עסקנים אין כלי קודש האבן דא אן אגענדע פין זייער אייגענס (אזויוי עס וועט אי"ה פאבלאצירט ווערן אינעם נעקסטן ארטיקל) ועל פיהם ישק חלומותיהם.
די נייע מצווה פין שביתת ווילימסבורג וואס איבער דעם איז דערקלערט געווארן די טרור - מלחמת הארטיסטן.
די אויבן דערמאנט עסקנים מאכן א לענגס אין א ברייטס כאילו דאס וואוינען אין ווילימסבורג איז פינקט אזא מצווה ווי שביתת ארץ ישראל, אין דערפאר ברויך מען אלעס איבער צולאזן אין גיין אין מלחמה אריין קעגן די וואס ווילען דא קויפן דורות, אין די וואס זייער האנדל איז אין ריל עסטעיט ברויכן זיך זיכען עפעס אנדערש לויט זייער החלטה, אפשר קענען מיר די פרעדיגער ענפערן:
--פארוואס איז ווילימסבורג עפעס אנדערש ווי די איסט סייד אין מאנהטן, אדער קרוין הייטס, וואס דארט איז געווהן די זעלבע ערשיינונג?
--ווער אז נישט זיי האלטן אין איין פרעדיגן אז מיר זענען אין גלות אין אז אידן האבן נישט קיין רעכט צו דערקלערן בעלות איבער א לאנד ביז משוח וועט קימען?
--וואס איז דעס אנדערש ווי די וואס האבן זיך געוואלט שפארן געלט אין האבן געוואוינט אין די פראדשזעקטס אלע יארן אינטער איין דאך מיט שחורים אין שקצים, לדעתי איז עס די זעלבע, סך הכל דא וויל א איד מאכן נאך א דאלער אין דער גוי איז גרייט עס צו געבן.
--אויב עץ פרעגץ מיר? איך קען באשטיין אז די ארטיסטן זאלן קימען ווי די היישיריקן אין מצרים אין אינז פארטרייבן פין דא, ווי איז די שכל? איז דען וויליאמסבורג די עולם התיקון אז מוויל זיך דערפין נישט שיידן? איז דאס טאקע דאס פלאץ וואס עס איז די מערסטע ראטזאם פאר אינזער קינדער אויפציוואקסן? ודבז"ל.
כח התורה אדער כח הזרוע?
ווער עס ליינט נאר די מודעה וואס די "כלי קודש" האבן אריין געלייגט אין די וועכענטליכע צייטונגן אין צייט שריפטן קען קלאר זעהן ווי ווייט דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה, אין אז די ריקן ביין פין די אקטיוויטעטן וואס ווערן דא דורך געפירט איז פין עפעס גאר א "בעל – הבעתישע" מקור.
א קורץ איבער בליק פין די לשונות וואס ווערן געניצט אין די מודעה:
--איבער צו געבן די נעמן פין די יעניגע…
--זאל מען קענען נעמען די ריכטיגע שריט…
--פארעפענטליכן די נעמען אין די אדרעסן פין די פורצים…
--אפציהאלטן דעמאנסטאציעס פארנט פין די הייזער פין די פורצים…
--מפרסם צו זיין די נעמען פין די קהלות און מוסדות… אדער קהלות וועלכע וועלן צוטיילן סיי וואספארא עהרע פאר די פורצים…
איך מיין אז קאמענטארן זענען איבריג, אין אז כל המוסיף מסביר צו זיין די עקעלהאפטיגקייט פין די שורות איז פשוט גורע, דערפאר וועל איך ביי דעם בלייבן אויף דעם נושא, חוץ פין צוצילייגן אז עס איז היפש אינטרעסאנט צו זעהן ווי אפאר יחודים ווילן זיך דא אזויוי אין די עבר משתלט זיין אויף מענטשן עד כדי כך אז זיי זענען גרייט זיך צו באניצן מיט וואספארא מיטל שייך זאל עס אפילו זיין טרור אבי דורך צו פירן, אוי ווי נידריג האלטן מיר?
סוף דבר - נקודה למחשבה
עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער די אינטערעסן אין כוונות פין די "עסקנים" ואי"ה עוד חזון למועד, היות איך האב יעצט אבער גערעט מיט איינער וואס איז גרויס אין ריעל עסטעיט אין ער האט מיך איבער געגעבן פרטים איבער די צביעות פין די וואס שטייען אינטער די מערכה האב איך מחליט געוועהן אייך מיטצוטיילן מיט די אויבערשטע שורות.
עס איז ווינדערבאר ציצוזעהן ווי די עולם גולם קויפט אפ די שטותים אין בויך וויי וואס די זעלבע וואס האבן פרובירט זייער אויסגעשפילטע מזל ביים עירוב פרובירן יעצט מיט די ארטיסטן אלעס ווייל זיי זענען בנעשיקלעך אין עס פאסט זיי נישט צו גיין נעמען א דשאב פינקט ווי א נורמאלען מענטש, זיי מאכן זיך נישט די חשבון אז קימען וועט א טאג וואס זייער קלון אין חרפה וועט נתגלה ווערן לעין כל אין דעמאלס וועלן זיי זיך טרעפן ווי דער וואס האט גע-קטנ'ט אין מארק אינטער א טראק אין די טראק איז אוועק געפארן אינדער מיט.
(תודה להמנהלים החשובים פארן געבן רשות אויף צו עפענען א פריש אשכול אין די הייסע נושא)
יא עס איז שוין טאקע קאלט אינדערויסן, מען ברויך שוין דעם קוטשמע, ווער האט זיך געגלייבט, אזוי שנעל?