היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דורכברוך אין צומות הגידין בדיקות אין מארוויד ברוך השם

דורכברוך אין צומות הגידין בדיקות אין מארוויד ברוך השם

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3006956

צומתהגידין » 25/4/2013 00:37

מיט א שבח והודי' צום בוכ"ע אז עס איז ענדליך געקומען די צייט וואס די פירער פון די מארוויד שלאכטהויז אין קאנאדא האט ב"ה אנגעהויבן בודק צו זיין צומות הגידין געוויסע טעג אין די וואך, און א דאנק דעם קענען ערליכע אידן מקדקדקים בכשרות צוקומען צו בשר כשר אן קיין שום צירופים און קולות פון טריפה דאורייתא.

פאר די בעלי בתים פון מארוויד קומט זיך א גרויסער דאנק, ווייל זיי האבן געשטעלט כשרות העכער ווי פאליטיק. אשר להם ואשרי חלקם.

עס איז צום האפען אז די איינציגסטע פלייש געשעפט וועלכע פארקויפט נאך די שאלה'דיגע פלייש צוליב פאליטיק, וועט לייגן דעם הייליגן שלחן ערוך און אידישקייט העכער פאליטיק - און גאנץ כלל ישראל וועט האבן כשר פלייש אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין.

צומתהגידין » 26/4/2013 00:37

דא קען מען הערן די דרשה פון דעם וועלט בארימטן עקספערט אין צומות הגידין
הרב אהרן קאשיצקי
תשע"ג לפ"ק

עס איז צום האפען אז די מאכילי טריפות פאר פאליטיק וועלן זיך בארעכענען און תשובה טאן, און אנהייבן בודק זיין צומות הגידין כדת וכהלכה.


די דרשה פון הרב אהרן קאשיצקי שליט"א

צומתהגידין » 26/4/2013 00:41

די דרשה איז בערך 3 שטונדן, בדרך שאלות ותשובות אין אלע שאלות ומציאות ההלכה, והלכות הבדיקה בצומות הגידין.