היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוידערליך: משכילים מאכן ליצנות פון הייליגן רמ"א

שוידערליך: משכילים מאכן ליצנות פון הייליגן רמ"א

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2995745

צומתהגידין » 22/1/2013 00:26

איך האב ערשט היינט באקומען דאס ביכל פון איינעם א יונגאטש ישי ליבערמאן וועלכער טרויעט זיך צו מסלף זיין א פסק פון הייליגן רמ"א אין יו"ד סי' נ"ו סעיף י'.

דער משכיל און מגלה פנים בתורה שלא כהלכה נעמט די ווערטער פון הייליגן רמ"א וועלכער שרייבט אז מיר נישט "בקי" בודק צו זיין די צומות הגידין און מאכט דערפון א קולא, אז פארקערט, ס'איז גאר בעסער אז מ'איז נישט בודק ווייל מיר קענען דאך נישט, דאס איז געמאכט שפאט פון רמ"א, און ווי דער ש"ך איז קלאר מסביר אז וויבאלד מיר קענען נישט בודק זיין, מוזן מיר גיין לחומרא און מ'קען נישט מקיל זיין עיי"ש דבריו.

עס איז פשוט מבהיל על הרעיון וויאזוי מ'קען מסלף זיין דברי אלקים חיים און געבן פאר מענטשן טריפה פאר עקלהאפטיגע פאליטיק.

אומגלויבליך!
[בילד – נישט אפגעהיט]

צומתהגידין » 22/1/2013 00:45

דער ש"ך שרייבט קלאר אז מ'קען נישט מתיר זיין בלי בדיקה.

[בילד – נישט אפגעהיט]