היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ובמלחמת אש דת השערה

ובמלחמת אש דת השערה

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2995474

ריזקאליש » 20/1/2013 22:06

חסידי סאטמאר אין ירושלים האלטן יעצט אינמיטן א הייליגע מערכה קעגן די בחירות הטמאות, וואס די טמא'נע ציונים האבן יעצט אויסגערופן,
אין די טעג איז ארויסגעפארן פון ביהמ"ד ברך משה דסאטמאר אויף יונה גאס אין ירושלים אריבער הונדערט טויזנט צייטונגען מיט א ברייטן ביאור צו מבאר זיין דעת קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
חסידי גער און בעלז האבן איינגעזעהן די גרויסע מהפכה וואס די צייטונגען קענען אנמאכן, האבן זיי נאכגעזוכט אין גאנץ ארץ ישראל צו כאפן די טיילערס וואס טיילן אויס די צייטונגען איבער גאנץ א"י,
אין בני ברק האבן זיי דאנערשטיג נאכט פארכאפט א גאנצע קאר מיט צייטונגען,
היינט האבן זיי פראבירט אויך אין ירושלים, און זיי האבן געכאפט נעבן דעם טשאפל אין ירושלים שמגר, און געוואלט פארכאפן אריבער צוואנציג טויזענט צייטונגען, גלייך זענען עטליכע צענדליגער סאטמאר'ער יונגעלייט אראפגעפארן אהין און פראבירט צו ראטעווען ווי מער מ'קען, און טראץ די מכות רצח וואס די אגוד'יסטן האבן געטיילט האט מען מצליח געווען צו ראטעווען א גרויס חלק, אבער ליידער מעשה שטן הצליח האבן זיי פארברענט א גרויסע חלק
מיר האפן באלד צו ארויפלייגן  דא טיילווייזע בילדער פון די פארברענטע צייטונגען  

ריזקאליש » 21/1/2013 20:40

ריזקאליש » 21/1/2013 20:42

היינט האבן די אגודיסטן אנגעשלאגן א קלעפער פון צעטלעך פונעם "וועד ההסברה" אין ירושלים און צובראכן זיין קאר