צו מיינע טייערע פריינד זאלוינים שיחיו
זענט איר אמאל געווען ביי א הכנסת ספר תורה? געווענדליך קומען דארט א 30-40 מענטשן פלוס משפחה און שכנים און מ'פריידט זיך מיט'ן ספר תורה, איך געדענק ווען שלמה'לע רייזמאן נ''י פון שערי חמלה האט אריין געגעבן זיין ספר תורה איז די גאנצע שטאט דארט געווען, דער רבי שליט''א, דער מעיאר ר' אברהם ווידער, דער ראש הקהל ר' דוד עקשטיין, דער מנהל המוסדות ר' מאיר הירש, דער פייער טשיף ר' יושע בלומעמטאל, דער פאליציי מיניסטער ר' משה לייב וויטריאול, דער ווילידזש עקזעקיוטיוו דירעקטאר ר' גדלי' סעגעדין, דער מנהל פון המספיק ר' מאיר ווערטיימער, הונדערטער אידן, בחורים קינדער, א פייערלעשער טראק פון פארענט, צוויי אמבולאנסן פון אינטן, 7 סטעיט פאליס קארס, 12 פאטראל קארס און טרעקלעך, 38 קארס מיט לעלוס און לעקטערלעך פון די הצלה און חברים מעמבערס, שלמה'לעס פנים האט געשיינט פון גליק, ער איז געווען אין זיבעטן הימל, קיינער האט נישט געפרעגט מה נשתנה די הכנסת ספר תורה פון אלע אנדערע, ווייל יעדער פארשטייט אז ביי אזא בחור'ל, וואס האט נעבעך גארנישט אויף דער וועלט, נאר די לעלוס און די לעקטערלעך, האט מען מיט עם געטון דעם חסד, און געהאלפן א שערי חמלה בחור'ל.
דע גרעסטע רבי אויף די וועלט
משה'לע, דאס ווערט אנגערופן אויף אראביש "זיך געטרייסט מיט חלשות".
אייביג ווען ס'איז געקומען אין ארץ ישראל -דער סאטמערער רבי- האט מען געוואוסט אז עס קומט עפעס א עקסטערע פערזענליכקייט, א פערזענליכקייט וואס איז אינגאנצן אוועק געגעבן פאר יענעם, נישט קוקנדיג אויף אייגענע אינטערעסן, נישט קוקנדיג אויף אייגענע כבוד, נאר פלעין כבוד שמים, און צוליב די כבוד שמים האט ער פאר קוקט אפילו אויף ריכטיגע שטארקע טענות וואס ער האט געהאט פון מאל צו מאל קעגן די עדה החרדית, און געשטיצט און געלייגט א פלייצע פאר די הייליגע מוסדות התורה וואס זענען זיך מתנזר פון צו נעמען די גרויסע געלטער וואס די מדינה גיבט, צו דאס איז געווען כולל שומרי החומות צו אנדערע הייליגע מוסדות, הייביג האט מען געוואוסט אז סאטמערער רבי צוטיילט גרויסע געלטער אויף צדקה אין אמעריקע, און בפרט ווען ער איז געקומען קיין ארץ ישראל איז דאס אנגעגאנגען ביתר שאת וביתר עז, דאס איז געווען ביים הייליגן בעל ויואל משה, און די זעלבע אויך ביי דעם ברך משה. דאס איז סאטמער, סאטמער איז שטיצן יענעם שטיצן הייליגקייט.
איין סאטמערער רבי איז געקומען שוין צוויי מאל אין ארץ ישראל, ביידע מאלן האט אים נישט אינטרעסירט די הייליגע מוסדות, נישט די רבנים פון די היימישע קרייזן, מיט שנאה נישט געוואלט אפילו באזוכן דעם גאב"ד פון ירושלים, נישט אינטרעסירט די דיינים פון די עדה. געבריקעט - געשטויסן. פאפיינטעט, נישט נאר נישט געבעטן מ'זאל שטיצן די הייליגע מוסדות, נאר גאר פארקערט, אפגעהאלטן אפילו אזעלכע וואס האבן יא געוואלט געבן.
וואלט מען געקענט מיינען אז ער גייט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות, דערפאר איז ער נישט געגאנגען באזוכן די רבנים, אבער לא מיני' ולא מקצתי' דעם בער פון בעלז וואס איז אויסגעשפיגן אפילו פון די לינקע אגודיסטישע קרייזן איז מען געפארן באזוכן פון בני ברק קיין טעלז-סטון אוועג פון 35 מינוט, אויך פארן אוועג פון 2 שעה קיין חיפה צום לינקן סרט וויז'ניצער רבין האט ער געקענט, פארן קיין נתניה אוועג פון א שעה צום קלויזנבורגער רבין האט ער געקענט, אבער קיין ירושלים באזוכן דעם גאב"ד דעם ראב"ד דעם סגן ראב"ד ר' יעקב בלוי האט ער נישט געקענט פארן, מיטן תירוץ אז "ער איז אין בני ברק נישט אין ירושלים, ווער עס ווייסט איז צו פארן פון בני ברק קיין ירושלים נעמט 45 מינוט.
דערפאר ווען די ירושלימער אידן האבן דאס צוגעזעהן מיט ווייטאג זיך נישט געקענט בארואיגן, ביז נעכטן ווען דער גרויסער גאסט איז געקומען, און ווייטער מיט דעם זעלבן ברען פון העלפן ירושלימער אידן, העלפן היימישע מוסדות, שטיצן און געבן א פלייצע פאר די רבנים ודיינים פון די עדה החרדית, מיט אזא מין איבערגעגעבנקייט מיט אזא מין שפל ברך'דיגע אופן איז מען ארויס אין עקסטאז צו אפגעבן א שבח והודיה לקוב"ה וואס ער האט איבערגעלאזט א ווארעמע ווינקל אין אמעריקע פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן. און אויך דאנקען דעם גרויסן גאסט און אים אפגעבן כבוד ווי עס פאסט זיך.
און דער קלימאקס איז געווען צו הערן די פייערדיגע פערלדיגע ווערטער וואס האט פאראליזירט איעדן, יעדער איז געשטאנען מיט אפענע מיילער און געשלונגען יעדע ווארט וואס איז געווען געפלאכטן אגדה הלכה מיט פנינים, אייביג הערט מען דא אז ער איז א לעמעלע ער קען נישט גאר נישט, הלוואי נאך אפאר אזעלכע לעמעלעך וואלט כלל ישראל בעסער אויסגעזעהן.
דאס איז סאטמער, סאטמער איז שטיצן יענעם שטיצן הייליגקייט.
[/[בילד – נישט אפגעהיט]quote]