היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוידערליך: הויכע פראצענטן צומת הגידין אין מארוויד !

שוידערליך: הויכע פראצענטן צומת הגידין אין מארוויד !

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2992066

צומתהגידין » 30/12/2012 23:54

פאריגע וואך האבן חשוב'ע דיינים אונטערזוכט די מארוויד פלענט אין מאנטרעאל און האבן באקוקט יעדע איינציגע עוף, און האבן ליידער געטראפן אסאך טריפות ממש פון צומת הגידין. א זאך וואס דער הויפט בעל מכשיר האט געלייקענט די אלע יארן.

עס איז ליידער א מציאות אז דער פלענט גיט צו עסן טריפות ממש ווייל זיי האבן פארקויפט שקרים אז זיי האבן "GRADE A", זיי האבן בעסערע ראסע טשיקנס, זייער עופות האבן נישט דעם פראבלעם, נאר די פון ירושלים, בני ברק, אנטווערפן, שווייץ, עסטרייך און קרית יואל.

פאריגע וואך מאנטאג א טאג פאר די חאגע האט מען באקוקט און מען האט געטראפן בערך 5 פראצענט ביי איין שיפמענט, נאכן לייקענען.

די אידן וועלכע קויפן די טריפה'נע מארוויד פלייש צאלן א הויכע פרייז פאר טריפות. מעקדאלאנד טריפות איז פיל ביליגער!