היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: געזעץ דורכגעפירט. ברית מילה ווערט געגולירט - ליידע...

ברעיקינג: געזעץ דורכגעפירט. ברית מילה ווערט געגולירט - ליידע...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2976600

גוטזאגער » 13/9/2012 19:42

ברעיקינג: געזעץ דורכגעפירט. ברית מילה ווערט געגולירט - ליידער.
יעצט קומט אריין די טרויעריגע נייעס אז די העלט דעפארמענט אוו ניו יארק סיטי האט ליידער דורכגעפירט דעם רשעות'דיגן אקט דורך דעם מעיאר דער עוכר ישראל מייקל בלומבערג, צו רעגלירן ברית מילה, און פארבאטן מציצה בפה און נאך פארשידענע זאכן.

אין וויליאמסבורג האט דער שמוציגער קאמפיין פון משה דוד נידערמאן און רז"ל טייטלבוים געהאנגען מעכטיגע רעקלאמעס אז כדי העלפן די מערכה פון מציצה בפה זאל יעדער שטימען פאר אלטשוואסקי.

איבעריג צו זאגן אז דאס פאליטיזירן די הייליגע מערכה איז דער גרעסטער וואונטש פאר בלומבערג.

[בילד – נישט אפגעהיט]
וכדי בזיון וקצף

אדםאמיתי » 14/9/2012 02:37

זיי נישט א מוצא שם רע אויף א עוכר ישרא' ווי בלומבערג ימח שמו וזכרו...................
חוה האט מוסיף געווען נגיעה איז ארויס געקומען דער חטא עץ הדעת.

ער האט נישט ג'אסר'ט מציצה בפה נאר גוזר געווען אז יעדער מוהל וואס מאכט מציצה בפה מוז האבען א אונטערגעשריבענעם "קאנסענט" פארט אז מען ווייסט די סכנה פון מציצה בפה.

זיי נישט מוסיף. דאס רשעת פון דעם עוכר ישרא' איז גענוג גרויס אן די הוספה.

פארוואס האט דער בארא פארקער טשעירמאן, רבי און ראש ישיבה נישט געוואלט זיך אנרופען איין ווארט אין די מערכה? ער האט א ריזיג בנין מיט ליידיגע חדרים און בענקלעך, דאס ביסעל וועט ער אויך פארלירען!

גביר_אדיר » 14/9/2012 06:40

ביטע, ווער איז דער בארא פארקער טשעירמאן, רבי און ראש ישיבה?

בן_אהרן » 14/9/2012 16:02

זענען טאקע ארום 12 הונדערט אנ"ש געפארן קיין אומאן ? אויב נישט! פארוואס
האט געפעלט די דאזיגע ציפער  וואוט'ס לגבי די פריערדיגע בלאקוואוט