היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ראטעווען מציצה בפה אדער ראטעווען מהרז''ל?

ראטעווען מציצה בפה אדער ראטעווען מהרז''ל?

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2976166

רבי_יונה » 11/9/2012 03:17


מארגען דינסטאג נאכט וויל משה דוד נידערמאן ברענגען צו מהרז''ל אין שטוב עטליכע פאליטיקאנטן, אונטער'ן שלייער צו ראטעווען מציצה בפה, ווען אין ווארהייט איז דער ציל צו פארדרייען דעם קאפ און ארויס שלעפן דאנערשטאג די תמימי לב פון ווויליאמסבורג און שטימען פאר הלאכאאווסקי קעגען רעסטלער.

מהרז''ל וואס איז ארויס געקומען פון די אסיפה ביי התאחדות הרבנים בזוי ומבוזה, האפט אז מיט די פאליטישע באזוכן וועט ער חאטש ווערן ''נודע בגוים'' אויב ער קען נישט זיין ''נודע בישראל''.

רבינו הקדוש זי''ע האט כמה פעמים געזאגט: כלל ישראל האט א גוטן נאז.