ברעיקינג: זאליס / בני יואל ארויסגעשליידערט ביים פעדעראל אפעלט
היינט מאנטאג נצבים ב' דסליחות קומט די איבערראשענדע נייעס, אז דער בוכ"ע האט געהאלפן דעם עם ה' באופן נורא וגלוי, חוץ לדרך הטבע, מיט דעם וואס די גוי'אישע ריכטער פונעם העכערן פעדעראלן אפעלאט 2'טער סירקויט קאורט אוו אפיעלס האט גענצליך ארויסגעשליידערט אלע זייערע קלאגעס מסירות, מלשינות, השחתה און רשעות קעגן די ווילידדזש אוו קרית יואל, און קעגן די געטרייע ווילידזש פירער.
נאך לאנגע יארן פון פייניגן און סטראשונקעס וואס די הולכים בערכאות פונעם אפיעציעלן שיק-אינגעלע יאשקע וואלדמאן ביז צו זיינע אויבערהארן מיט די רב'ישע טראגע אויף בעדפארד עוועניו רז"ל טייטלבוים און דער צווייטער מסור רבי ר' יואליש מארגנשטערן האבן אנגעהויבן א רייע מלשינות קעגן קהלתינו הקדושה און קעגן דעם ווילידזש אוו קרית יואל וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רביה"ק מסאקמיר בעל דברי יואל אליין. האבן זיי היינט געכאפט זייער ענדגילטיגע - פינאלע און דורכברענע מפלה - לשמחת לבם פון אלע ערליכע אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און אלע תושבי קרית יואל בפרט.
עס איז קלאר אז די ווערצהויז אונטערן ביהמ"ד וועט אי"ה בלייבן פארשפארט, לחרפה ולדראון עולם, צו ווייזן פאר די מהרסים, מלשינים און ערכאות גייער, אז יש מנהיג לבירה, אויב מ'גיייט נישט צו דין תורה, וועט דער ריכטער געבן גרעסערע מכות.
יאשקע וואלדמאן גיב איבער דעם טרוקענעם מעסעדזש פאר דיינע משלחים רז"ל טייטלבוים און יואליש מארגנשטערן:
"והוא לא תצלח" איז אן הבטחה. גיין קעגן דעם רבוש"ע איז א זיכערע פארלוסט בזה ובבא.
אשריך הרה"ח המפורסם ר' דוד עקשטיין, דער העדלישער עסקן לטובת טהרת ישראל.
אשריך ר' גדלי' סעגעדין, דער העדלישער פירער פון KJ ווילידזש.
אשריך ר' אברהם ווילדער, דער העלדישער מעיאר פון KJ ווילידזש.