די מחטטי שכבי ובראשם דער טרויעריג בארימטער ארכילאג חזקי קאלמאנאוויטש האבן היינט געכאפט א געפערליך שאס, וואס זיי וועלן לאנג שפירן.
די עסקנים פון אתרא בעטן שוין פון ר"י בריסק ר' דוד סאלאווייטשיק א בריוו עטליכע טעג מיט אלע מינע טרור אז זיי זענען די אויסשליסליכע ארגון פאר קברים
זיי האבן פאררופן בשמו א מינטינג בביתו און ווען ער האט נישט געוואלט האבן זיי אים געזאגט אז די רבנים ווילן קומען אויף א באזוך אלס אן אסיפה אבער ער האט נישט מסכים געווען
זונטאג האבן זיי באקומען דעם פראסק ווען ר'"י בריסק האט זיי געשריבן א בריוו פאר זיי אנע ווארט אתרא קדישא אדער ר' דוד שמידל און ער שרייבט אז ווער עס קען דארף מציל זיין קברי ישראל וואו נאר זיי האבן דאס דגעזעהן האבן זיי אריבערגעשיקט מאנטאג ר' דוד שמידל אבער ר"י בריסק האט דערנאך געזאגט פאר עסקני אדמת קודש אז ער האט זיי פארשיקט.
ווען זיי האבן געזעהן אז כלתה אליו הרעה האבן זיי פאררופן די אסיפה אפילו ער האט נישט מסכים געווען זאגענדיג אז די רבנים זענען דא
למעשה האט מען דארט גערעט פון גיוס בני ישיבות און געלט נעמען און איבער חילולי קברים אבער פון אתרא קיין ווארט און די אנגעגרייטע בריוו קעגן דעם וועד למניעת איז געבליבן ביי עקב דאווידאוויטש אין די האנט נעבעך אז ער האט נישט געהאט מער ווי צו איבערגעבן א באריכט אויף חולת הכעס האטליין וואו ער כאפט זיך נישט און זאגט קלאר אז ער האט אנגעקופן אלע רבנים בשמו פון ר"י בריסק און ער זאגט וואס די רבנים האבן גערעט און ער איז מוסף מדעת עצמו ווערטעיר קעגן די וואס רעדן אויף אתרא אז זיי גראבן יעדן טאג אין נשר (געצילט קעגן ראב"ד ירושלים וואס ווייטאגט אין זיין בריוו אויף די חפירות) זעענדיג אז סאיז קיין ברייו נישט ארויס האבן זיי באשלאסן אז דער בריוו פון זונטאג גייט מען בע"כ ארויסגעבן און מוועט צולייגן אויבן אתרא קדישא ממילא וועלן מאנכע מיינען אז די ווערטער האט ר' דוד סאלאווייטשיק געשריבן
ופני מחללי נשר חפו