מרן רבינו שליט"א ביי תפילת מנחה
אין לופט-פעלד אויפן' וועג קיין טעקסאס
היינט - מאנטאג


דער רבי שליט"א אויפ'ן וועג צום פליגער אין פאליצייאי'שער באגלייטונג
מיט די שתדלנות פון העסקן הרב יואל אייזדארפער הי"ו


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/07/2012 14:54:25
מרן רבינו שליט"א ביי תפילת מנחה
אין לופט-פעלד אויפן' וועג קיין טעקסאס
היינט - מאנטאג


דער רבי שליט"א אויפ'ן וועג צום פליגער אין פאליצייאי'שער באגלייטונג
מיט די שתדלנות פון העסקן הרב יואל אייזדארפער הי"ו


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/07/2012 14:54:25
תוקן על ידי IAMSMART ב- 11/07/2012 04:15:01
מרן רבינו שליט"א באזוכט אין בית השחיטה המהודרת
ד'קהלתינו הק' אין טעקסאס
ווי נעכטן געמאדלן האט מרן רבינו שליט"א אפגעשטאהט א באזוך אין די בית השחיטה המהודרת אין טעקסאס.
דער רבי שליט"א איז - ווי נעכטן באריכטעט – קיין טעקסאס ארום 9:30 אויפדערנאכט - לאקאלע צייט אין טעקסאס, ווי דער רבי שליט"א איז צוגעפאהרן צום ספעציעלן הויז פון די שובי"ם ד'קהלתינו ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב מיט די שוחטים ובודקים, און דאן האט דער רבי שליט"א א לענגערע צייט בודק געווען די חלפים און דערביי ארומגערעדט פארשידענע הל' און אקטועלע נושאים אין שחיטה ובדיקה וניקור.
•♦•
היינט – דינסטאג פארטאגס האט זיך דער רבי שליט"א באנוצט מיט'ן ספעציעלן מקוה פון די שובי"ם און אום 4:00 אזייגער איז מרן רבינו שליט"א ארויסגעפאהרן צום בית השחיטה ווי מען האט אנגעהויבן שחט'ן.
דער רבי שליט"א האט געוויילט אין די בית השחיטה פאר א צירקע פון קרוב צו 6 שעה, ווען דער רבי שליט"א גייט ארום ביי די שחיטה, בדיקה און ניקור און באאובאכטעט די ארבעט אין יעדן אפטיילונג באזונדער, צוטיילנ'דיג הוראתו בקודש פאר אלע ארבעטער אברכי קהלתינו הק' שוחטים, משגיחים, בודקים און זאלצער'ס.
ארום 10 אזייגער אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אין א ספעציעלן חדר אין בית השחיטה קאמפלעקס אינאיינעם מיט די שובי"ם ומשגיחים.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א צוריק געגאנגען צום אכסניא, און אביסל שפעטער איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן דעם לאקאלן מקוה טהרה "דברי יואל" אין חב"ד, וועלכע'ס איז נתנדב געווארן דורך נכבדי קהלתינו הק' פון וויליאמסבורג לע"נ מרן רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל, און דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט צום דאללאס לופט-פעלד פון ווי דער רבי שליט"א איז אפגעפלויגן קיין באסטאן.
ארום 8:00 פארנאכטס האט דער רבי שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין לאוגען לופט-פעלד אין באסטאן ווי עס האט אפגעווארט א מנין אויף מנחה, און דאן האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אויף ניו העמפשיר אין די אויטא פון הרבני הנגיד מוה"ר שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
•♦•
מרן רבינו שליט"א באזוכט
אין מקוה טהרה "דברי יואל" אין טעקסאס
היינט - דינסטאג





♦♦♦
|
מרן רבינו שליט"א באזוכט
אין בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק'
אין טעקסאס
אינע'ם ביהמ"ד אינע'ם ספעציעלן וואונונג פון די שובי"ם ד'קהלתינו הק'

ביי תפילת מעריב

דער רבי שליט"א איז בודק די חלפים





אינע'ם בית השחיטה המהודרת

באקוקענדי'ג די חלקים פון די בהמות



ביי די בדיקות

בדיקת הריאה



באקוקנד'יג די מהלך המליחה
אויפ'ן ספעציעל איינגעשטעלטן סדר ע"פ תקנות והוראות רבותינו הק' זי"ע
ויבדלחט"א מרן רבינו שליט"א



ווערן געזעהן די היימישע אינגעלייט - זאלצער'ס

ביי די תפילת שחרית נאך די שחיטה
אינע'ם ספעציעלן ארט אינעם שלאכט הויז קאמפלעקס





♦♦♦
מרן רבינו שיט"א ביי תפילת מנחה
אין לאוגען לופט-פעלד אין באסטאן
פארגאנגענעם דינסטאג העעל"ט
אונטערוועגנס פון טעקסאס אויף ניו העמפשיר
א ציבור נכבדי אנ"ש וועלכע האלטן זיך אצינד אויף אין ניו העמפשיר אויף אפרוה
זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א
און האבן דערביי זוכה געווען צו דאווענען מנחה מיט מרן רבינו שליט"א




ווערט געזעהן הרבני הנגיד מוה"ר שלמה משה קלאגסברון הי"ו פון קרית יואל
וועלכער האט געפירט דעם רבי'ן שליט"א פון באסטאן קיין ניו העמשפיר

♦♦♦