א זעלטענע אסיפת הרבנים וואס איז שוין קרוב צו צען יאר נישט פארגעקומען איבער די גזירות וואס די רעגירונג טיילט אויס מיט'ן פראבירן צו רעגולירן די הייליגע מצות מילה, מיט'ן פארלאנגען אונטערשרייבן פונעם מוהל און פון די עלטערן, און מיט'ן פראבירן צו צוימען נישט צו לאזן מאכן ברית'ן אין בתי מדרשים, נאר אין שפיטעלער וכו'.
שוין עטליכע וואכן וואס דער רבי שליט"א איז עוסק אין דעם מיט פארשידענע כלל טוער. די וואך איז דער הויפט לאיער געווען ביים רבי'ן שליט"א אין שטוב איבער איבער דעם ענין, און רבינו שליט"א האט אויסגעדרוקט אז עס איז וויכטיג אז אלע רבנים זאלן הערן פונעם לאיער אליין וואס ער זאגט איבער דעם, און פארשטיין דעם חומר הענין, וואס די רעגירונג פארלאנגט, און אזוי וועלן די רבנים קענען באשליסן כדת מה לעשות, דארף מען באקעמפן די רעגירונג אדער דארף מען זיי איגנארירן, דארף מען פארהאנדלען, דארף מען שיקן דעלעגאציעס, דארף מען ענטפערן, וכו' וכו'.
ווען די זאך האט זיך גענומען רוקן האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ער פארלאנגט מ'זאל ספעציעל רופן צו די אסיפה אזעלכע רבנים וועלכע האבן באקאנטשאפט אין רעגירונגס ווירשאפטן ווי הגאון רבי בנימין לאנדא, הגאון ר' נח אלבום פון קווינס, הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א און נאך עטליכע.
ווען דער רבי שליט"א האט געהערט אז מ'האט גערופן די רבנים וואס ער האט פארלאנגט איז דער רבי שליט"א געקומען.
דא קען מען זען א בילד פון די אסיפה:
רבינו שליט"א רעדט פאר די רבנים.
מ'קען אויך באמערקן דעם שטריק קוקן אויף די נעגל...[בילד – נישט אפגעהיט]






An Asifa was held in New York on Wednesday attended by a number of admorim, including both Satmar Rebbes Shlita. The gathering was hosted in the Hisachdus Horabbonim office in Williamsburg, and other admorim present included the Pupa Rebbe, Viner Rebbe, HaRav Yisrael Hager (Av Beis Din Vishnitz Monsey & son of the rebbe), and other Rabbonim.