גייען נאר די ארונים אין קאנטרי?
פארוואס זעהט מען נישט אנ''ש חסידי סאטמאר גיין וואוטען ווי די אנדערע קהילות?
אלעס ווייל מען האט נישט געפירט קיין נעגעטיווע שמיציגע מערכה?
ביי די זאליס האט מען געזעהן מאסען אויפגעהעצטע מענער אין פרויען אין בחורים גייען שטומען פין אלע זייערע פראקציעס
אין די ארונים זענען פארנומען מיט תירוצים אז מען האלט בעפאר קאנטרי
זענען די ארונים די איינציגסטע קהילה וואס פארט אין קאנטרי?
פארוואס פארשטייט נישט דער עולם די אייגענע טובת הציבור?
עס קוקט אויס ווי מען ציהט אן קלענערע פראצענטן פין די פאריגע וואלען אויב דער עולם נעמט זיך נישט לויפן צו די שטום בודקעס אין די מאסען
רבותי! קיינער טאר נישט בלייבן אינדערהיים
ספצעציעל ביי די עזרת נשים
עשה למענך ולמענינו
אינזערע עסקנים האבען ערלעדיגט אז די טאג איז אדורך רואיג
מען האט נישט געהערט די ריזיגע ספיקער לעכערן די אויערן
פארוואס זאלען זיי זעהן אז מען דערלייגט וועגן דעם?
א פשוט'ע פאזעטיוו קאמפיין קען נישט שיקן דעם עולם שטומען?
תוקן על ידי היראים ב- 27/06/2012 03:08:09