כפי השמועה , האט מהרז''ל נישט געפירט קיין טיש פארגאנגענם ליל שב''ק בהעלותך.
ער איז 100 פראצענט גערעכט.
שבת בהעלותך איז על פי חשבון די שטארקסטע פארנומענע שבת פיל מיט שמחות ,מער ווי אלע שבתים פון א גאנץ יאר.
אין אזא ביזי שבת געפינען זיך אין וויליאמסבורג מאסן געסט פון ב''פ, מאנסי, קרית יואל, ניו סקווירא, און אויסלאנד.
מה לו לצרה הזאת, אז די געסט מחוץ לגבולות וויליאמסבורג זאלן נאר קומען כאפן א בליק אין ראדני אויפ'ן געהויבענעם טיש?
מיט אזויפיל געסט אין די שטאט און אזויפיל נייגעריגע מענטשן, וואלט איך אויך געבליבן זיצן אינדערהיים, און זיך איינגעשפארט חרפות ובזיונות, אז אנדערע זאלן בייוואוינען דעם ארימען טיש פון דעם מלך אביון.
ווען מהרז''ל טוט א קלוגע שריט דארף מען אים אפלאדירן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/06/2012 18:19:20