די ציוניסטישע טעלעוויזיע האט צוזאמענגעשטעלט א פארשטעלונג וואס זאל אראפרייסן אתרא קדישא, און זיי האבן דאס אויפגעשפילט פארגאנגענעם שב"ק.
צווישן אנדערע האבן זיי רעקארדירט א שמועס מיט הרב שמידל שליט"א, ווי פאלגנד:
טעלעוויזיע: וואס איז אייער רעאקציע צו די טענה אז אתרא קדישא נעמט "פראטעקשן" (אז איר ווילט בויען אן קיין הפגנות, באצאלט..):
הגר"ד: איך רעאגיר נישט דערוועגן, איך רעאגיר נישט דערוועגן.
טעלעוויזיע: איר פארלייקנט דאס?
הגר"ד: אויב האלט איר זיך טייער, וועהלט אויס א געוויסע פרשה און פרעגט אזוי, פרעגט נישט באופן כללי.
טעלעוויזיע: עס איז דא רייבערייען צווישן ענק און א אנדערע ארגון וואס גיט אויך השגחה אויף בוי פראיעקטן?
הגר"ד: רייבערייען איז נישט די ריכטיגע אויסדרוק. עס איז דא נאך א ארגון, און מיר האבן נישט קיינע צוזאמענארבעט.
טעלעוויזיע: אויף ענקער עצם השגחה אויף א פלאץ צו מען קען בויען דארט אדער נישט, בעטן ענק געלט דערפאר?
הגר"ד: איך וויל נישט איבערגעבן קיין הודעה דערוועגן.
עס איז מיר געווען העכסט אינטערסאנט אז הרב שמידל האט באוויליגט צו געבן אפיציעלע ענטפער'ס פאר א טעלעוויזיע סטאנציע. איך מיין עס איז העכסט מאדנע. (דאס אז עס ווערט אויפגעשפילט שבת קודש, דאס האט ער נישט געמוזט וויסן פאראויס. איך רעד נאר איבער טעלעוויזיע/פרעסע בעצם)

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/06/2012 18:20:54