היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בקשת הגר''מ קאטלער צו מהרז''ל

בקשת הגר''מ קאטלער צו מהרז''ל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2963035

רבי_יונה » 11/6/2012 01:26


פארגאנגענע וואך איז הגאון ר' מלכיאל קאטלער געווען צו גאסט ביי מהרז''ל , צוליב וואס ער איז נישט געקומען צו אים יענעם טאג ווען  סקולענער רבי , הגר''מ סאלאמאן און ווינער רב  האבן באזוכט מהרז''ל, למחרתו פון זייער באזוך אין קרית יואל ביים רבין.

בתוך השמועס האט ר' מלכיאל געבעטן מהרז''ל אז היות אין לעיקוואוד שמועסט מען אז די ''טוויטער'' אקאונטס פון עטליכע חסידישע הויפן, ובתוכם די ''טוויטער'' פון מהרז''ל'ס חסידים,  זעצן ווייטער פאר ווי בעפאר'ן כינוס כלל ישראל, על כן בעט ער בכל לשון של בקשה בשם הגר''מ סאלאמאן אז מען זאל אפשטעלן די מגיפת ה'טוויטער און טעקסט מעסעדזשעס ווי שנעלער.

מהרז''ל האט, עפ''י עדותו פון ר' מלכיאל'ס דרייווער, פארשפראכן אפצושטעלן אלע זאלונישע טוויטער און טעקסט מעסעדזשעס.

שארמאשער » 11/6/2012 01:41

דער רבי שליט''א האט אים פארשפארכען אז ביז א' קרח וועט די סאטמארניוז, דער אידישער געדאנק פארום, אין 'אלע' טוויטער גרופס זיין פארמאכט, ער האט דאס באויפטראגט אויף זיינע קינדער הגה''צ שליט''א

רבי_יונה » 11/6/2012 01:55


ווארשיינליך וועלן די זאלונים האלטן אפן זייער ''טוויטערס'' און ''טעקסט מעסעדזשעס'' אקאונטס ביז ד' חוקת,
א טאג נאך די וואהלן.

ביז דאן איז אלעס עולם נוהג כמנהגו.

בלית ברירה וועט הגר''מ סאלאמאן און איחוד הקהילות לטוהר המחנה מוזן ווארטן ביז ד' חוקת

רבי_יונה » 11/6/2012 01:58


לויט מיין מיינונג וועט דער כינוס ''תקנה לדורות'' פון די זאלונים א' קרח שטארק אויסגענוצט ווערן פאר די וואהלן,
הן מיט ליטעראטור פראפעגאנדע און הן מיט באמבאסטישע רעדעס.

ימים ידברו

שארמאשער » 24/6/2012 22:32



תוקן על ידי שארמאשער ב- 24/06/2012 22:33:17

דשבתא » 25/6/2012 21:19

ונראה מה יהיו חלומותיו