רעבעצין הינדא זאל זיין געזינט, דער אשת חבר פון ר' חיים יושע נכד הקדושת ציון מבאבוב ז''ל, קיקט זיך אזוי צי און די לעצטע יארן, וואו איר עלסטער ברידער, כ''ק רבינו שליט''א איז דער רבן של ישראל, גאנץ כלל ישראל רעכענט זיך מיט זיין הייליגען דעת תורה, און אלע קהילות און חסידת'ן פראבירן נאך צו מאכן די הנהגות ותקנות וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט בקהלתינו הק', און זי האלט עס נעבאך נישט אויס, און עס וועבט זיך וואנזיניגע פלענער ביי איר, וואו אזוי זי קען איר מאן אויך ארויף ריקן אויפן אלוועלטליכער יודישער מאפע,
די קנאה און שנאה וואס האט זיך פארמירט און איר קעגן סאטמאר, און איר הייליגער מנהיג כ''ק רבינו שליט''א האט איר געטריבן צו מאכן דעם קינדערישער שריט און פראקאלאמירן איר מאן אלס ''סאממארער רבי'' און ווערן דאס שטאט'ס געלעכטער,
זי האט זיך נעבאך איינגערעד, אז אויב זי וועט נישט לאזן איר מאן גיין צו די שמחות פון רבינו שליט''א, מיט פרויען'אישע תיריצים, וואו למשל אז מען האט נישט געקענט טרעפן קיין בעבי סיטער, אד''ג, וועט די השפעה פון רבינו שליט''א שוואכער ווערן,
זי האט זיך נעבאך איינגערעד, אז מיטן הייסן איר מאן שטיפן די זאלי וואגן, וועט ער פארוואנדעלט ווערן אלס א זאך,
זי האט זיך נעבאך איינגערעד, אז מיטן הייסן איר מאן דער שיינעם שטאטסמאן ר' חיים יושע שליט''א, ער זאל צאפן דאס בלוט פאר אנ''ש און מאנסי וועט ער ווערן א שטיקל זאך,
ביזדערווייל?
האט סאטמאר נישט קיין שום פארקער מיט דעם ר' חיים יושע, סאטמאר האט געשלאגן כפרות מיט דעם זעלבס-געקרוינטען אדמו''ר, סאטמאר האט זיך אויף געבויעט א הערליכע ארגענעזירטע קהלה, מיט א רב וואס איז א שטאלץ פאר די קהלה, דאס שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר פארמאגט און מאנסי, קענט איר נאר טרעפן און בית מדרש קהל יטב לב, צו דעם גרויס צער פון הרבנית הינדא זאל זיין געזינט,
להבדיל די זאליבאנצעס זענען אויך נישט גרייט ''מקבל מרות'' צו זיין פון דעם זעלבס-געקרוינטען נייער רעבע,
עס זעט זיך עפעס אויס, אז רעבעצען הינדא האט זיך דא מיעס פארעכענט..............................
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/06/2012 18:25:32