היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגה"צ אב"ד טאהש שליט"א פארופן אסיפה בנוגע די אינטערנעט.

הגה"צ אב"ד טאהש שליט"א פארופן אסיפה בנוגע די אינטערנעט.

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2961958

tosh09 » 4/6/2012 01:39

די נאכט זונטאג פר' בהעלותך 5:00 אזייגער איז פארגעקומען א אסיפה אין בית המדרש הגדול פארופן דורך די רב שליט"א מיט די בית הוראה און די הנהלת הקהילה והמוסדות וועגן די התעוררות וואס טוט זיך יעצט אפ אין די גאנצע וועלט וועגן די אינטערנעט דורך צו שמועסן וואס צו טוהן אין שטעטל וועגן די פראבלעם און וואס עס ליגט אויף די מנהלים אויף צו פאדערן פון די עלטערען.
 
פרטים יבואו.

דעס איז נאך די דרשה וואס די רב האט געהאלטן יום א' דשבועות אין בית המדרש הגדול פאר די אקדמות אז עס איז אסור ע"פ תקנות הרבנים צו האבן אנדערהיים א קאמפיוטער און ווער עס דארף עס האבן אין די ביזנעס אדער אויפן טעלפאון דארף גיין צו א מורה הוראה זיך דורכרעדן בפרטיות.

דיןתורה » 4/6/2012 20:30

אלע קהילות נעמען יעצט אינטער פעולות

מען נעמט אינטער פרישע תקנות אדער מען איז מחזק די אלטע תקנות

יעדער מאכט תקנות לויט זייער מדריגה

אין סאטמאר מהר''א סקווירא טאהש שבט הלוי אין נאך טאר מען בכלל נישט האבען קיין קאמפיוטער אין שטוב

אין סאטמאר מהרז''ל באבאוו רמ''ד אין נאך מוז מען האבען א פילטער

אין אזוי ווייטער יעדער לויט זייער מדריגה

לאמיר האפען אז יעדער זאל האבען הצלחה

דיןתורה » 5/6/2012 17:27

[בילד – נישט אפגעהיט]