עס האט איינער איבערגעזאגט פארן רבי שליט"א פון מאנסי, אז שאפאנער רב האט געזאגט, "דער רבי וואלט נישט געשיקט צו דעם כינוס". האט די רבי דערויף געזאגט, "אז איך בין געווען א סך ביים סאטמער'ע רב זצ"ל – און איך זאג ער וואלט געשיקט".
האט די רבי צוגעלייגט, אז מ'רעדט שוין יא פונעם סאטמאר'ען רבי'ן, דערמאן איך זיך א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט פון אים, - אמאל ווען די גאר פרומע האבן געהאט אויף אים עפעס א געוויסע טענה, האט זיך די רבי געשטעלט, אז עס ווייסט יעדער די מדרש, ווען אלי' הנביא האט אויסגעקליבן צוויי פרים איינס פאר זיך, און איינס פארן ע"ז הבעל, האט די פר פונעם בעל, נישט געוואלט גיין, הלמאי – שטעלט זיך די סאטמאר רב ז"ל – מ'האט דאך שוין גע'שחט'ן טויזענטער קרבנות פארן בעל, און קיינמאל געפונט מען נישט אז איינס פון די פרים זאלן האבן געשטעלט א ווידער-שטאנד, איז וואס פונקט יעצט האט די פר זיך אקעגן געשטעלט?
נאר וואס דען – האט דער סאטמאר רב ז"ל אויסגעפירט – ווען עס מ'האנדעלט אן ענין ווי עס גייט ארויס קומען כבוד שמים, דאן האט שוין דער "פר" א קנאית'דיגן חשבון פארוואס נישט מיט צו גיין!
עד כאן תוכן דברות קודש מכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א!!!
א פלא ר' מאטעלע האט פארגעסן די תורה ווען מען האט געהאקט אויף די אגודה אין ער איז ארויס געלאפן