עס איז צו אונז געקומען דער וויי-געשריי פון שלומי אמוני ישראל וואס ווילן זיך האלטן צו די פסקי הלכה פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א וועגן אינטערנעט, איבערהויפט נאכן כינוס כלל ישראל - הצלת הדורות, וואס עס הערשט א גרויסע התעוררות אין די אידישע גאס וועגן דעם אינטערנעט פראבלעם, און טענה'ן אז אונזער פארום, און אזוי אויך יעדע אידישע וועב-זייטל און פארום, איז א שטארקע שטער צו זייערע קבלות טובות וואס זיי ווילן זיך פארנעמען זיך צו אויסשאלטערן פון דעם טריפה'נעם אינטערנעט ווייל זיי ווילן דאך זען מהנעשה והנשמע אין די אידישע וועלט.
פון די אנדערע זייט איז דא אידן וואס דארפן יא האבן די אינטערנעט לצורך פרנסה, און טענה'ן אז אויב די אידישע וועב-זייטלעך וועלן זיך פארשליסן וועלן זיי אנהייבן פאשענען אין פרעמדע פעלדער, און דעריבער בעטן זיי אז דער פארום זאל יא בלייבן אפן, איבערהויפט נאך וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דורך די פילטערינג פירמעס אלס נישט שמוציגער וועב-זייטל.
נאך שטארקע חילוקי דעות אין די הנהלה, האבן מיר באשלאסן ארויסצוקומען מיט א אנקעטע צום ברייטן ציבור און הערן די מיינונג פון אונזערע ליינער און שרייבער וואס זיי האלטן איבער דעם נושא, און לויט די מערהייט פון די שטומען אזוי וועלן מיר אי"ה טון. וחפץ ה' בידינו יצליח!
מיט שעצונג
הנהלת אידישע געדאנק.