היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מאסיווער ניחום אבלים פאר די אהרונים: דער בלאט מארגן

מאסיווער ניחום אבלים פאר די אהרונים: דער בלאט מארגן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2960587

סענעטאר » 24/5/2012 05:10

שמואל ווידער האט היינט געלאזט פאלן סטעיטמענטס אז ס'קומט א מאסיווער ניחום אבלים און מח וואשעריי פאר די קעלבער אין מארגענדיגן בלאט. ‎​
 
די אהרונים האבן געהאט שטארקע טענות צו שמואל היתכן ער האט זיי געלאזט פאלן לעצטענס, סיי ביי די קעמפס, און סיי ביים כינוס, לכבוד דעם האט זיי שמואל פארשפראכן אז מארגן קומט א בלאט וואס זיי וועלן לאנג געדענקן. ‎​
 
למשל פונעם כינוס כלל ישראל גייט ער לייגן בילדער פון פיל מאדערענע מענטשן און ליטווישע רבנים, און אזוי ארום שיסן זאמד אין די אויגן פון זיינע קעלבער אז א חסידישער איד האט דארט נישט געהאט וואס צו זוכן, און נאך אזאכע נארישע בעבישע שריט וואס נאר אזא קינד ווי ר' אהרן קען דאס פרייליך מאכן.

RESTLER » 24/5/2012 05:21

די האלסט אז דער רבי זי''ע וואלט שטארק ענדזויט דעם שוי אין סיטי פילד? 

פריש » 24/5/2012 06:10

רעסטלער ביטע פארדריי נישט דעם אשכול

אישור » 24/5/2012 06:44

א גוט מארגן אידן



לעצטנס פרובירט איר יעדע וואך

אויסצוטרעפן צו קענען אויסכאפן די בלאט



זייער נאריש

סענעטאר » 24/5/2012 09:24

RESTLER כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די האלסט אז דער רבי זי''ע וואלט שטארק ענדזויט דעם שוי אין סיטי פילד? 
‎​
 
דער רבי ז"ל ווייס איך נישט, אבער להבדיל ר' אהרן וואלט געווארן פארגאפט פון אזא שאוי. ער וואלט אריין אין עקסטאז און זיך גענומען אויפפירן מאדנע. קלוג האט פישער געטון אז ער האט נישט געברענגט ר' אהרן אהין. יודע צדיק נפש בהמתו.

RESTLER » 24/5/2012 17:18

אזוי? ער וואלט פארגאפט געווארן פונקט ווי זיין קליינער ברודער אריז פארגאפט געווארן? מען זאגט אז די צוויי וואס זענען געווען די לענגסטע אין זאל זענען חכם מענצער און דער כבוד זיכער ר' זלמן לייב, פון 3 נאכמיטאג ביז 11 ביינאכט, בו בזמן ווען אלע רבנים זענען דארט געווען צעווישן 10 מינוט און אנדערהאלבן שעה, איז דער גז''ל דארט געזעצן גאנצע 8 שעה, איין מינוט איז ער לעבן ר' מאטעלע, די צווייטע מינוט לעבן ר' לייבוש, אזוי זיכער צו מאכן צו זיין אויף אלע בילדער. 

היראים » 24/5/2012 18:46

איינער זאגט מיר אז ער האט געפרעגט ר' מנשה פילאפ פין די שרייבער אין איד
פארוואס דער איד נאכנישט ארויסגעקומען
האט ער געזאגט אז מען האט קודם געוואלט זעהן וויאזוי דער בלאט וועט דעקן די כינוס
אין לויט דעם וועט דער איד אפמאכען

לכאורה איז דאס איז א געוואלדיגע דעגרייכנוג פאר....

קאקאש_קעיק » 25/5/2012 06:56

סענעטאר נעכטן האב איך געמיינט אז די מאכסט א וויץ, אבער איך הער אז דאס האבן זיי טאקע געטון, קען איינער ארויפשטעלן דא א קאפי אז די עולם זאל זעהן אז עכט באדערט זיי עס נישט?

רב_יונה » 29/5/2012 18:30

קאקאש_קעיק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סענעטאר נעכטן האב איך געמיינט אז די מאכסט א וויץ, אבער איך הער אז דאס האבן זיי טאקע געטון, קען איינער ארויפשטעלן דא א קאפי אז די עולם זאל זעהן אז עכט באדערט זיי עס נישט?


[בילד – נישט אפגעהיט]