גייט נישט קענען אריין גיין צי אים מיט א קוויטל
זאך קענער זאגן אז ס'גייט גארנישט אפעקטן די שורות ביי די קוויטלעך
תוקן על ידי גרוינים ב- 23/05/2012 23:19:53
|
און נאך אלעם מ'קען נישט צונעמען פון דיין רבי'ן דעם געוואלדיגן זיכוי הרבים וואס ער האט געמאכט די וואך, ווען צענדליגער טויזנטער אידן זענען נתעורר געווארן און האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות בנוגע די ענינים, און ער איז געקומען און האט אריינגעווארפן א פלאקן, און אפגע'חוזק'ט מיט דברי ליצנות פון די גאנצע זאך. און צוגעגליכן דער גיין צום כינוס ווי גיין צו די בחירות...
גיי ווייס וויפיל מענטשן זענען קאלט געווארן צוליב אים, און וויפיל האבן למעשה נישט געמאכט קיין פילטער'ס צוליב אים, און וויפיל ראיות אסורות ער זיך איינגעהאנדלט די וואך אויף זיין קאנטע, איך בין אים נישט מקנא...
|
|
פייוו, אויב דו פארשטייסט נישט דעם חילוק ווען אפאר יונגלעך לאכן אפ פון א גוטע "תקנה" לטובת הכלל, צו א רבי א מנהיג פון א קהלה וואס לאכט אפ און גייט ארויס שארף קעגן א כינוס וועלכע קומט אויף "עיקרי הדת", להפריש את האדם מן העבירה, און עס האט געזאלט ארויסשלעפן דעם ציבור פונעם טיפן זומפ פון טומאה וזוהמה.
הלא כולי עלמא מודי, א טאג נאכן כינוס, אז דער כינוס איז נישט געקומען ברענגען סאלושנ'ס פאר דעם פראבלעם, און אויף צו פותר זיין דעם פראבלעם וועט מען נאך דארפן אסאך שוויצן, אבער דער כינוס האט געזאלט געבן א שאקל דעם ציבור, און אים אויפוועקן פונעם טיפן שלאף אין וועלכע ער איז איינגעזינקען שוין נאנט צו צען יאר.
און דא קומט א רבי א מנהיג, נישט א ווער ווייסעך וואס אויף היידפארק, און לאכט און שפעט און טרעט ארויס קעגן א כינוס וועלכע איז אויסגעשטעלט אויף הצלת נפשות און הצלת הדורות, נישט איבער אפאר דאלער ביי חתונה מאכן האט מען גערעדט דארט, און נישט איבער א נייע חומרא'לע אויף די ווייצלעך, מ'האט גערעדט דארט איבער זאכן וואס כל קיום אומתינו תלויה בהם.
און ווען א פשוט'ער איד קומט ארויס פון די אסיפה און האט זיך עטוואס אנגעווארעמט צו ארויפלייגן א פילטער, אדער אינגאנצן ארויסצוווארפן די כלי משחית, און פלוצלינג הערט ער זיך אן מיט די אהרונישע ביליגע ליצנות פראפאגאנדע, איבער אלע רישקעלעך און ראזשינקעס פון דעם כינוס, האט רב וואקסמאן געראטעוועט דעם כינוס צו נישט, האט ער זיך פארשטאפט די אויער'ן צו נישט, האט ער זיך יא אויסגעדרייט און געקוקט אויף אים צו נישט... די אלע שטותים און הבלים וועלכע זענען געקומען פון קנאה און שנאה, און האבן געצילעוועט צו פארענטפערן דעם נארישן שריט פון בויקאטירן די אסיפה - איז וואס זאל שוין די התעוררות אויסמאכן אויף אים ?
דער פשוט'ער איד וועלכער איז שטארק נתעורר געווארן בשעת מעשה, נעכטן הערט ער אז גאנץ כלל ישראל גייט ארויס אין א מלחמה קעגן דעם אינטערנעט, און דא זעהט ער א גאנצע פראקציע אין חסידישען כלל ישראל וועלכע לאכט און לאכט, און שפעט און שפעט, און זוכט די אלע לעכער און פראבלעמען ארום די אסיפה, און ווען דאס אלעס קומט מכוחו ומהשפעתו פון א מנהיג און א רבי פון א חסידות, און נישט פון אפאר בעיבי'ס אויף הייד פארק, מאכט עס ביי אים א גאר אנדערן רושם לרעה.
און אויב פארשטייסטו נישט דעם חילוק פון אונזער אפלאכן ביז דיין רבי'נס אפלאכן האב איך נישט וואס צו מוסיף זיין ווייטער אויפדעם.
נ. ב. דאס קומט נישט בארעכטיגן ח"ו אפלאכן פון וויכטיגע תקנות לטובת הכלל, און אויב איז געווען א רב אדער א רבי א מנהיג וואס האט אפגעלאכט פון ר' אהרן'ס תקנות איז עס טאקע זייער נישט אויסגעהאלטן און נישט ראוי, אויסער איבער'ן ענין פון די ווייץ וועלכע איז א מסכתא פאר זיך, און אזוי ווי דו האלטס'ט אז מיינע איז חמץ האלט איך אז דיינע איז חמץ.
תוקן על ידי גרוינים ב- 24/05/2012 02:45:03
|