היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » סך הכל פון כנסי' לשם שמים "הצלת הדורות"

סך הכל פון כנסי' לשם שמים "הצלת הדורות"

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2960244

שארטקאט » 22/5/2012 08:41

דער כינוס למעלה מששים אלף מישראל למען כבוד שמו יתברך, וואס אידן זענען האבן זיך מתאסף געווען לקבל עול מלכותו ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה, מאכן גדרים וסייגים זיך דערווייטערן פון שערי טומאה, איז געווען בלי ספק א גרויסער כבוד שמים,

ווייל אז אלע משתתפים האבן אוועקגעקוקט זייער באקוועמליכקייט בגשמיות וברוחניות, אן קיין פארטייאישע חשבונות בלויז ווייל מען וויל נתעורר ווערן בחובת השעה, דאס אליין איז דער גרעסטער כבוד שמים,

אלע רבי'ס און רבנים זענען געקומען אן דעם וואס זיי האבן באקומען א כיבוד און ניטאמאל דעם שענסטן פלאץ, און טראץ דעם וואס זיי זענען אלע געווען זייער אומבאקוועם מיט די סקרינס און מיט די ענגלישע רעדעס, לתועלת הענין האבן זיך אלע אנגעשטרענגט זיך משתתף צו זיין,

אלע ליטווישע רבנים וואס האבן נישט באקומען קיין שום כיבוד, און האבן געוויסט אז מ'וועט נישט רעדן פון זייערע גדולים צוליב ציונות, און האבן געוויסט אז סקולענער רבי קען רעדן לאנג אן צו פארשטיין וואס ער רעדט, און זיי האבן זיך אלע אנגעשטרענגט זיך משתתף זיין לתועלת הענין,

אלע חסידישע אידן וואס האבן באטראפן די גרויסע מערהייט פון כינוס, האבן זיך משתתף געווען טראץ וואס זייערע רבי'ס האבן גארנישט באקומען, און טראץ וואס די ליטווישע האבן זיך נישט אויפגעפירט ווי ערוואקסענע מענטשן און האבן געקלאטשט און געזינגען, און טראץ וואס מ'האט געגעבן מער דרשות פאר די ליטוואקעס און זייער אסאך ענגלישע רעדעס, האבן זיי אלעס מקבל געווען באהבה לתועלת הענין,

אלע פון די ליטווישע קרייזן, וועלכע האבן געוויסט אז דער פסק פון פוסק הדור, איז נישט רב אלישב און נישט רב שטיינמאן און נישט רב קנייווסקי, נאר רב ואזנער פון בני ברק, האבן זיי דאס מקבל געווען אלס קבל את האמת ממי שאמרו, זיי האבן געוויסט אז א בריוו פון זייערע גדולים איז בבל יראה ובל ימצא צוליב די קנאים, אבער האבן אלעס מקבל געווען באהבה לתועלת הענין,

אלע פון די אגודיסטישע קרייזן וואס האבן געוויסט אז הרב דן סגל מיט הרב מתתי' סאלאמאן האבן געמוזט צוזאגן אז זיי וועלן נישט דערמאנען קיין גדולי ישראל וואס האבן געחתמ'ט אויף בחירות, נישט נאר די היינטיגע גדולים, נאר אפילו נישט הרב שך דער גרעסטער מנהיג פון ליטווישן לאגער, און די זעלבע מיט די חסידישע רבי'ס פון די חותמים אויף בחירות, ווי גור בעלזא וויזניץ,

אדמורים ראשי ישיבות ורבנים, פון די גאנצע וועלט האבן זיך מטריח געווען, להחזקת המעמד לשם שמים, ווייל זייער אנווענזהייט געט צי לתועלת הענין,

צדיקים ואדמורים וואס זענען מורא'דיג מקפיד אויף ווידיא, ווי דער וויזניצער רבי סקולענער רבי און פאפא רבי, וואס זענען זיך קיינמאל נישט משתתף אויף א מקום ווי עס איז דא ווידיא, האבן זיך מתיר נדר געווען לתועלת הענין,

גרויסע רבי'ס ווי אדמו"ר מסקווירא וואס איז נישט משתתף ביי קיין שום כינוס אדער מסיבה, האט זיך מטריח געווען, דער פשעווארסקער רבי וואס פארט קיינמאל נישט זונטאג פון שטוב, ובכלל זייער מוגבל פון פארן אויף מסיבות, איז געקומען צו פארן, דער וויזניצער רבי וואס צוליב חולשת גופו איז נישט משתתף די לעצטע יארן ביי קיין שום מסיבות חוץ שמחות משפחתית, האט זיך מיט מסירות נפש אנגעשטרענגט,

אלע אידן האבן אוועקגעקוקט אויף זייער רוחניות מיטן פארקוקען אויפן כבוד פון זייערע גדולים,און מיט מבטל זיין ישיבות וואס פאסירט קיינמאל נישט אין ליטווישע ישיבות, אנדערע אידן האבן מוותר געווען אויפן לשון וואס מ'האט גערעדט, ווייל זיי האפן אז עס וועט העלפן להצלות הדורות, ערליכע אידן זענען נישט דורש לכבוד עצמו ווען עס קומט עת לעשות לה'.

חוץ די פורשים מן הציבור וואס נאר אני ואפסי איז דער תועלת הענין, און נאר כבוד ושררה איז מען מקבל באהבה,

 

 



תוקן על ידי שארטקאט ב- 22/05/2012 08:44:05


געלעכטער » 22/5/2012 08:57

שטארקע נקודות ארויסגעברענגט! ‎​
 
א אמת'ער קידוש השם אין פולן זין פון ווארט!

רב_יונה » 22/5/2012 09:09

טראץ וואס מהאט נישט דערמאנט פון ליטווישע גדולים
דזשיבא רב האט דערמאנט די רבי זי"ע מ'סאטמאר

אריגינעלער » 22/5/2012 17:22

רב סאלאמאן האט נישט דערמאנט א ווארט פון ר' אהרן קאטלער זצ"ל?

פישמאן » 22/5/2012 20:45

לדעתי איז דער מסיבה געווען א קידוש ה' אז רבבות אלפי ישראל האבן זיך צוגעשטעלט, אבער די מארגנים האבן געמאכט א חילול ה' מיטן צושטעלן א שוואכן פראגראם שוואכע דרשנים און שוואכע רעזעלוציעס,

עס האט געהאט א פנים פון סקולענע בטלנות מיט ליטווישע גאוותנות, קיין הענט קיין פיס, קיין נארמאלע דרשנים קיין נארמאלע סדר היום קיין נארמאלער אויווען אן, קיין נארמאלער באשלוסן,

איך גלייב אז רוב אידן זענען אהיים מיט גוטע החלטות און ווי איך הער האבן אסאך ארויסגעווארפן די כלים פון שטוב, און ארויפגלייגט פילטערס אויף די טעלפאן'ס אבער מ'האט צונאר געלייגט טויזנטער ערליכע אידן וואס זענען געקומען מיט האפענונג פון בעסערע החלטות,

דער סך הכל איז, די סקולענע זענען גוט צו קוועטשן מיט די ניגונים, די ליטוואקעס זענען גוט צו קוועטשן סברות און דרייען מיטן פינגער, אבער מארגן זיין א סוסקסעספולער רייכער עצרת זענען זיי נישט געאייגענט,

2לדעתי » 22/5/2012 20:46

האלסט אין איין איבער זאגן "לתועלת הענין", ווי גלייך דאס איז געווען דער "תועלת" פארן אינטערנעט "ענין", דאס זיך מתחבר זיין מיט אלע פרעמדע, נאר דאס איז געווען די איינציגסטע עצה מיט וואס כלל ישראל איז פארבליבן, אזש גרויסע אדמורים ורבנים האבן מוותר געווען אויף זייער כבוד, גרויסע אדמורים האבן זיך מתיר נדר געווען פון חומרות וואס זיי האבן געהאט, אלעס ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ס'נישט דא קיין אנדערע ברירה נאר זיך צאמזעצן מיט יודן פון אלע שיכטן אין קרייזן וואס זענען ווייט פון אינזער השקפה, יודן וואס זענען כופרים באלוקי ישראל (כלשון רביה"ק הדבר"י זי"ע אז ווער ס'זאגט הלל ה' אייר איז א כופר), יודן וואס זענען מחללי שבתות (עירב טראגערס), נאר אזוי קען מען אויסרייסן דעם פראבלעם.. למעשה איז מען געגאנגען, מ'האט געטרעטן אויפן חת"ס זי"ע, אויפן דברי חיים זי"ע, און......... גארנישט! גארנישט האט זיך נישט געטוישטת מ'האלט שוין ביים ויהי ממחרת און ס'איז בבחינות "אלעס בלייבט ביים אלטען".. גארנישט האט זיך נישט געטוישט! ס'איז געבליבן אז יעדע קהילה זאל זיך מאכן תקנות פאר זיך.. א זאך וואס האדמו"ר מהר"א שליט"א האט שוין געטון, און ער טוט, פרעגט זיך די קשיא, האט דאס טאקע אויסגעפעלט אז סאטמארע יודן זאלן גיין אויף אזא פלאץ? האט זיך טאקע אויסגעפעלט אז די גרויסע אדמורים ורבנים זאלן זיך מתיר נדר זיין אויף זאכן וואס ביי זיי איז חזיר טריף??

פריש » 22/5/2012 21:07

קוים אריבער 24 שעה פון רוהיגע און אביסל מער ערצויגענע סארט שפראך דא און מיר זענען שוין ווידער פארשאלטן געווארן מיט אזא פגע ווי 2לדעתי.

כמנהג האהרוינים ריקן זיין אריין אין א תגובה א זייטיגע נקודה און ווען מען ענטפערט זיי אפ ענטפערט מען בדרך כלל אויפן ענין פון אשכול און מען כאפט זיך נישט אז יענער האט אריינגעווארפן א פלאקן. דאס איז זייער מהלך פון וואשן מוחות. אדער פראבירן זיי סתם צו פארפירן די שמועס צו אנדערע ענינים.

כלפי מה דברים אמורים?

לדעתי שרייבט אז מען איז זיך צוזאמענגעקומען מיט אידן וואס זאגן הלל ה' אייר און די רבי האט זיי אנגערופן כופרים.

סתם א שקר אויסגעזויגן פון פינגער, קיין איינער פון די רבנים דארט געהערן נישט צו די קרייז וואס זאגט הלל ה' אייר! אלע רבנים דארט זענען קעגן די ראיון הציונות! דעריבער איז קיין שום פראבלעם מטעם קנאות זיך צו שטעלן צוזאמען מיט זיי אויף צו מאכן א החלטה אז יעדער יחיד וועט פאלגן זיין רב בנוגע די אינטערנעט.

די אנדערע שטותים וועגן ענגליש איז שוין געווארן איבערגעקייט 150 מאל, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת ווייסט שוין, דאס איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל איז א טאקטיק פון די אהרוינים כאילו מ'האט זיי נאך קיינמאן נישט אפגענפערט און די קלאץ קשיא לעבט נאך. מ'האט שוין אפגעפרעגט די לעכערליכע קשיא (קוק זיך אום אין די אנדערע אשכולות) און ס'איז איבריג זיך יעצט נאכמאל זיך אריינצולאזן דערין.

ואחרי ככלות הכל פראבירט ער צו פארדרייען די שמועס צו "עירוב".


תוקן על ידי פריש ב- 22/05/2012 21:08:02

אישור » 22/5/2012 21:11

פריש ביטע זיין קלאר

האט מען דא עפעס עפעס עטוואס פארקוקט ?

דאס זענט איר דאך מודה

איר האלט נאר אז עס איז לתועלת הענין


האט מהר "א רעכט צו זאגן אז דאס איז נישט מעלה ומוריד

און מען קען מאכן אסיפות און תקנות

אן קיין ענגלישע ווידיא כינוסים

פריש » 22/5/2012 21:14

מען האט גארנישט פארקוקט!

פארדריי ביטע נישט די שמועס צו ענגליש = מ'האט שוין דעם נושא אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות!

2לדעתי » 22/5/2012 21:22

געשאלטען און געשאלטען אין גארנישט געענטפערט.. כ'האב געפרעגט זייער א פשוטע קשיא, די תירוץ פארן גיין צום כינוס איז געווען אז אפילו מגייט רעדן ענגליש, דאך איז עס "עת לעשות לה'" ווייל סאיז ממש נישטא קיין אנדערע ברירה.. איז נאכן זען אז ביים כינוס האט מען גארנישט אויפגעטון, נאר דעם "ויחן שם ישראל - כאיש אחד בלב אחד" פרעגט זיך די קשיא, האט דאס טאקע אויסגעפעלט אז סאטמארע יודן זאלן גיין אויף אזא פלאץ? האט זיך טאקע אויסגעפעלט אז די גרויסע אדמורים ורבנים זאלן זיך מתיר נדר זיין אויף זאכן וואס ביי זיי איז חזיר טריף?? 
קיין תירוץ אויף די קשיא האסטו נישט מילא גרייפסטו מיך אן פערזענליך... כ'האב געמיינט אז זייט תשנ"ט מעג יעדער האבן א אייגענע מיינונג?... 

דעם שקר אז קיין איינער פון די ליטווישע רבנים אדער סתם מענטשן זענען נישט פון די קרייז וועלעכע זאגט הלל ה' אייר, קענסטו פארקויפן אין ראדני ביי א גענעראל פארזאמלונג...

אישור » 22/5/2012 21:22

אייערע רבנים האבן אויך געזאגט אז מען פארקוקט

נאר מען מוז עס טוהן

ווייל עס איז שעת שמד



מהר "א האט געזאגט יא עס איז א שעת שמד

און די וועג ארויס פון די פראבלעם

איז נישט צו מאכן א כינוס פון אלע שיכטן

און רעדן ענגליש



ווידיא ווייס איך נישט צו די רבנים האבן געוויסט אז עס גייט זיין

רב_הסוער » 22/5/2012 21:29

איך האלט אז די ארונים האבן געהאט די קעיק און עס געגעסען אויך

עס שטעלט זיך ארויס אז די ארונים זענען פונקט אזוי מיטגעכאפט געווארן מיטן התעוררת צו מקבל זיין פרישע קבלות, אפי' זיי זענען געבליבן אונדערהיים, אן דעם וואס זיי האבן געבראכן דעם חומת ההתבדלות

פריש » 22/5/2012 21:47

ווייטער פארדריין די נושא צו ענגליש, ערלעדיגט איך וועל זיך לאזן.

עס האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט אז דא איז דא א היתר פון שעת השמד, עס איז לכתחילה נישט געווען א פראבלעם מיט ענגליש אז מען זאל דארפן אנקומען צו שעת השמד.

אמת אונזערע רבנים האבן געוואלט מען זאל רעדן בלויז אידיש, אונזערע רבנים זענען איינגעגאנגען מען זאל רעדן ענגליש צוליב די טויזענטער וואס פארשטייען נישט קיין אידיש.

אבער א איסור אויף ענגליש? מאן דכר שמיה? עס איז געבוירן געווארן אין די עמהאראצישער מוח פון רעבארן!

אישור » 22/5/2012 21:50

מיינע הענט ציטערן

איך האף איר שרייבט סתם דאמירן בעלמא



נישט אלעס וואס מהר "א זאגט אסור

מעג ווערן מותר

איך פארשטיי נישט און איך גלייב נישט

וואס גייט פאר ביי ענק

פריש » 22/5/2012 21:56

נישט אלעס וואס רעבארן זאגט אסור איז מותר! זעכער נישט!

נאר וואס דען? ווען רעבארן באשאפט א איסור וועלן מיר אלע מאל לאכן דערפון

פישמאן » 22/5/2012 22:03

חומת התבדלות קומט בכלל נישט אריין, ווייל אויב דער סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גוט צו מאכן א כינוס כללי לחזק חמות הדת אינאיינעם מיט מאדערענע קרייזן, און האט געוואלט אז די רבנים פון מאדערענע קרייזן זאל האלטן דרשות, טראץ זייער שטארקע שטיצע פאר מדינת ישראל, איז א כל שכן אז דער יעצטיגער כינוס זיכער סאך מער כשר,

לדעתי איז דער בעסטער סוקסעס פונעם אווענט געווען דער פראטעסט אקעגן ציונים,
ס'האט נישט גערעדט קיין איין ציוני, און יעדער האט געוויסט אז מ'האט עטליכע גוטער רעדנער נישט געואלט נעמען צוליב ציוניזם
ס'האט נישט געהאט קיין שום חלק ונחלה מיט אגודת ישראל אדער אנדערע פארטייען וועלכע זענען שותפים אין די מלכות המינית
ס'האבן עטליכע דרשנים גערעדט וועגן די מלחמה קעגן ציונות, און אפילו סאלאמן וואס האט דערמאנט א ווארט פון גר"א קאטלער, האט ער געזאגט אז דאס ווארט האט ר' אהרן געזאגט ביי עצרת מחאה אין ירושלים להגן על קדושת ירושלים, ס'איז געווען זייער בולט אז עס טאר נישט דערמאנט ווערן קיין גדולי ישראל וואס זענען אגודיסטיש אדער פארטייאיש געשטימט, און אפילו ר' מתתי' סאלאמאן און ר' דן סגל האבן נישט דערמאנט מ'זאל מתפלל זיין אויף רב אלישב אדער נאכגעזאגט א פסק פון גר"ח קניבסקי אז אינטערנעט איז ביהרג ואל יעבור און נישט דערמאנט קיין שטינמאן, נאר אדרבה סאלאמאן האט גערעד קעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות, וואס שטינמאן האלט אז מען דארף מפשר זיין מיט די ממשלה איבער דעם,

אישור » 22/5/2012 22:23

סאטמאר רבי ז "ל האט געמאכט א כינוס כללי

נאר כדי אויסצורופן פאר אלע קרייזן

" אז ציונות איז כפירה באלוקי ישראל"



דא האט מען דאס נישט געטוהן

און מען האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט פרעמדע קרייזן

על לא דבר

סענעטאר » 22/5/2012 22:30

אישור כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סאטמאר רבי ז "ל האט געמאכט א כינוס כללי

נאר כדי אויסצורופן פאר אלע קרייזן

" אז ציונות איז כפירה באלוקי ישראל"

פארדעם האט רבינו הק זי"ע גערופן דעם כינוס? אויסצושרייען אז אין לנו חלק ונחלה אין ציונות? דו פרובירסט דא איבערצושרייבן היסטאריע אדער וואס?

דא האט מען דאס נישט געטוהן

און מען האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט פרעמדע קרייזן

על לא דבר

גערעכט, דער אינטערנעט איז ממש לא דבר. עס איז סתם א אויפגעטראכטע באבע מעשה פון סקולענער רבי'ן. קלוג זענען ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' בנציון האלבערשטאם וואס זענען נישט פארכאפט געווארן מיט די באבע מעשיות.

אישור » 22/5/2012 22:44

סענעטאר

סאטמאר רבי האט אזוי געזאגט אז ער פארופט עס וועגן דעם

ווייל ער וויל אויסשרייען פאר די וועלט וואס די מדינה איז

און אזוי האט ער טאקע געטוהן



איך זאג נישט על לא דבר אויף די אינטערנעט

איך זאג על לא דבר אז עס האט נישט אויסגעפעהלט

דאס גיין צוזאמען מיט די פרעמדע קרייזן

און הערן ענגליש און זעהן ווידיא


עס האט גארנישט צוגעגעבן מער ווי א כינוס פאר היימישע אידן

ריפל » 22/5/2012 22:48

באדווייזער, אויב ווערסט נישט נתעורר וועגן אינטערנעט ווען דיין רבי רעדט דערפון, און דו ווערסט נאר נתעורר ווען דו זעהסט איינעם רעדן אין ענגליש אין א גרויסע סקרין אין א סטעדיום, ווען רעכסט זיצט א מגולח און לינקס זיצט אן מחלל שבת בפרהסיה (טראגט מיט'ן עירוב). ביסטו אויף געהאקטע צרות

פריש » 22/5/2012 22:53

אישור ביטע פארדריי נישט די שמועס צו ציונית

פישמאן » 23/5/2012 01:24

דער כינוס כללי תשכ"א איז געווען גערופן דורכ'ן סאטמאר רבי'ן אינאיינעם מיט הגר"מ פיינשטיין און נאך גדולים פון אנדערע קרייזן, דער כינוס איז נישט געווען איבער ציונות, נאר איבער חיזוק הדת, ווי כשרות מזוזות ותפילין שמירת שבת טעלעוויזיע וכו'.

ברעקינג » 23/5/2012 03:48

אמת

RESTLER » 23/5/2012 03:54

שקר שקר, דער כינוס איז גערופן דורך התאחדות הרבנים בנשיאות רבינו הקדוש זי''ע, דער רבי האט גערעדט אקעגן ציונות, סאיז דא א געדריקטע תורה אין דברי יואל. 

פישמאן » 23/5/2012 04:15

וועלכע סדרה?

ריפל » 23/5/2012 05:37

ריפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
באדווייזער, אויב ווערסט נישט נתעורר וועגן אינטערנעט ווען דיין רבי רעדט דערפון, און דו ווערסט נאר נתעורר ווען דו זעהסט איינעם רעדן אין ענגליש אין א גרויסע סקרין אין א סטעדיום, ווען רעכסט זיצט א מגולח און לינקס זיצט אן מחלל שבת בפרהסיה (טראגט מיט'ן עירוב). ביסטו אויף געהאקטע צרות

עכטער_חסיד » 23/5/2012 05:46

ריפל

דיין רבי קען דיר אריינהאקן לויטער שטותים

סך הכל זענען די סאטמארער חסידים געזען אונטער איין דאך מיט די אידן וואו ער איז געלאפן צו רעדן אין לעיקוואוד

עס זענען אפילו נישט געווען דארט אזעלךכע אידן מיט וועמען ער דאווענט אין פאלם ספרינגס.

ווי זאגט דיין רבי? ווער עס פארשטייט פארשטייט...

ריפל » 23/5/2012 05:52

דו מאכסט דיר ווי דו פארשטייסט נישט? 

וואס ביסטו געוואר געווארן זינטאג נאכט וואס דו האסט נישט געוואוסט פאר דעם? צו רעדט נישט דיין רבי יומם ולילה וועגן אינטערנעט? און דו ווערסט נישט נתעורר? נאר פון זיצן אין א סדעטיום מיט מגלחים און מחללי שבתות ווערסטו נתעורר?

ענטפער נישט אהרן, עס קומט נישט דא אריין

פריש » 23/5/2012 06:31

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול צו אהרןס נישט זיין ביים רבינס ש"ש תורה. אינם סטעידיום מיט די מגלחים האב איך געהערט דעם דבר ה' פון די גרעסטע גדולי הדור, הרב וואזנער, כ"ק אדמו"ר מסקולען, כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק. איך האב געזען איינער פון די זקן צדיקי ואדמור"י דורינו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ איז זיך מטריח מיט מסירות נפש צו זיין דארט. פארדעם אליינס וואלט יעדער איד געדארפט זיין דארט.

ריפל » 23/5/2012 06:47

הייסט האט עס גארנישט מיט אינטערנעט. מעמד ויהי עניך רואה את מוריך (בדרך אגב דו דערמאנסט גארנישט דיין הייליגע רבי און זיין הייליגע ברודער, עס איז נישיט געווען פאר דיר א זכיה זיי צו זעהן אויך????)

נארפאקטן » 23/5/2012 19:51

פריש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול צו אהרןס נישט זיין ביים רבינס ש"ש תורה. אינם סטעידיום מיט די מגלחים האב איך געהערט דעם דבר ה' פון די גרעסטע גדולי הדור, הרב וואזנער, כ"ק אדמו"ר מסקולען, כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק. איך האב געזען איינער פון די זקן צדיקי ואדמור"י דורינו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ איז זיך מטריח מיט מסירות נפש צו זיין דארט. פארדעם אליינס וואלט יעדער איד געדארפט זיין דארט.


די מיינסט דעם וויזניצער רבי׳ן שליט״א ( כבודו במקומו מונח) וואס האט נישט געוואלט זיצן מיט רביה״ק זי״ע אונטער איין דאך ווייל מ׳ האט גערעדט קעגן אגו״י?

פריש » 24/5/2012 02:57

ריפל, וואס דרייסטו א קאפ מיט והיה עניך? איך רעדט פון זיך צוזאמען נעמען מיט גאנץ כלל ישראל און נתעורר ווערן צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל דורך די צדיקי הדור. נארפאקטן, דער ר' מאטעלע האלט זיך פאר א תלמיד פון רבין, זיינע חסידים גייען נישט צו די בחירות און זיינע מוסדות אין ארץ ישראל נעמען נישט קיין געלט. איך וויל נישט מעריך זיין אין דעם נושא ווייל ס'באלאנגט נישט אין דעם אשכול.

RESTLER » 24/5/2012 05:12

פישמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וועלכע סדרה?

דאכט זיך אין פרשת נשא, איעך וועל בל''נ נאכקיקן און לאזן וויסן, 

RESTLER » 24/5/2012 05:19

יהא רעווא קדמך דתוריך לן חיין בטיבותא ולהוי אנא פקודא בגו צדיקיא איז געזאגט געווארן אויף ר' מאטעלע, זיין גאנצער יחוס איז אז ער איז א זקן מופלג לאורך ימים ושנים, און דאס מאכט עם אוטומאטיש א צדיק, ווייל דער זעלבער ר' מאטעלע וואס איינער שרייבט וואס פאר א קנאי ער איז, און אז ער רעכענט זיך אלץ תלמיד פון רבינו זי''ע דער זעלבער ר' מאטעלע איז ארויס געלאפן פון א פראטעסט ווייל מען האט רח''ל גערעדט אויף די אגודה, דער זעלבער ר' מאטעלע וואס נאך אלץ אינגערמאן האט אנגעפופן אלע רבנים ובראשם רבינו זי''ע בנוגע שיטת רבינו תם, וואס יעדער איינער האט מקבל געווען אויסער ר' מאטעלע, סא, פארקויפט מיר נישט זיין צדקות, 

פישמאן » 24/5/2012 07:22

העיקר שכחת

חייב אדם לומר בלשון רבו, דיין רבי האט געזאגט אויף ר' מאטעלע ברבים בשנת תשנ"ה

ער זאגט ער האט אפגעהאקט מיט סאטמאר, און איך זאג ער האט אפגעהאקט מיט מענטשהייט, ודפח"ח

ער האט א גילוי עריות פראגראם .... מאיר ווערטהיימער איך וויל זאלסט מיר מארגן ברענגן די פאפירן פון דעם פראגראם,

ושפתים ישק.


אויב פעלט דיר נאך סחורה אויף ר' מאטעלע קענסטו ארויס נעמען דעם פני הכלב דארט איז דא אסאך שטאף אויף ה'אגער כ'ארלסבורג ל'ייטנער ב'לום נטריקון הכלב,

בארא » 24/5/2012 17:02

סאיז קיין שום חידוש אז יעדע צדיק און רעספעקטעד מענטש ווערט ביי די שקצים און טיפשים א גארנישט און עם הארץ ווען ער האלט אנדערשט ווי זיי.. סאיז נישט ווערט די צייט זיי צו ענפערען.