היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רוף צו פארמאכען די פורום

רוף צו פארמאכען די פורום

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2960229

מאירשלום » 22/5/2012 04:26

נאכן גרויסען הייליגען מעמד, לאו עכברא גנב אלא חורא, ווער נעמט אחריות אויף די טויזענטע לשון הרע רכילות הלבנות פנים, און די. מיליונע שעות ביטול תורה און ביטול זמן יעדע יאר , ווער נעמט אחריות אויף די דורות הבאים וואס דא איז איינער פון די ערשטע פלעצער ווי זיי ווערן אריינגעצויגען צום שמוציגע וועלט. הקטן מאיר שלום

סאטמער100 » 22/5/2012 07:21

שלום הרב מאיר שלום.

מיר חסידי מהר"א זענען נעכטען נישט נעכטען משוגא געווארן.. אינזער מנהיג האט שוין אויף דעם פראבלעם מער פארפירט און מער אויפגעטון ווי אלע גדעילים וואס זענען נעכטען דארט געווין אינאיינעם.

ווען די קומסט מיט אזא פארשלאג .. זייער פיין אבער מה היום מיומים וואס איז געשען בסך הכל האט דער וועלט איינגעזען אז ר זאלמעניו איז א שפיץ רעבי אין ער נעמט אן שפיץ מסורות דהיינו וואס מהר"א זאגט טוט מען פארקערט נישט קיין חילוק צו דאס באדייט אריינשפרינגען אין ים אדער סיי וועלכע אנדערע זאך..

ח"ו אז דו זאלסט פארשטיין פון מיינע דיבורים וואו די אינטערנעט איז כשר אין א יודיש שטוב.  סך הכל האב איך געזאגט אז די עקסטרים האבן מיר ארונים געטון שוין לאנג צירוק 

בעפאר די זאגסט פארמאך די פורם לייג זיי מוחל ארויס דיין קאמפיוטער פון שטוב אין דערנאך קום מיט פלענער פאר יענעם.

די זאליס זענען ערליך פאר יענעם..

מאירשלום » 22/5/2012 08:21

איך נעם אן נאך חתימות

מאירשלום » 22/5/2012 08:41

http://www.ladaat.net/downloads.php?fid=31253 פארן שרייבען א לשון הרע­לע א רכילות­על מיטן מזכה זיין. טויזענטע יודן עס צו ליינען געט א בליק אין די לינק, ווער קען עס נעמען אויף זיין אחריות

גרוינים » 22/5/2012 08:43

גם אני מצטרף צו די התעוררת רבים וואס איז געווארן אין די לעצטע תקופה
און אויב וועלן ביידע פורעמעס זיין געשלאסן וועט אוודאי זיין אסאך מער תורה און אויך מער פרנסה וד"ל 
ואדרבה מיר זענען מיט אייך אבער ווי לאנג סאיז אפען פאפט אייך נישט וד"ל

דייקן » 22/5/2012 16:50

וואס עפעס אפשפארן, ליבערשט טוישן דעם שפראך בין אדם לחבירו, יישר כוחכם.