נעשה ונשמע אמרו כאחד: א טריט ווייטער אין די הייליגע מערכה למען קדושת ישראל!
עס לאזט זיך נישט אנהייבן באשרייבן דער מעמד אדיר וואס איז נעכטן פארגעקומען, פשוט ווייל דער אידישער לעקסיקאן איז שוין אויסגענוצט געווארן אויף פיל קלענערע כינוסים און צוזאמקומען. מ'דארף מיר האבן א ר' סענדר דייטש אויסצומאלן פרישע ווערטער וויאזוי צו באשרייבן דעם היסטארישן נאכט. א היסטארישער נאכט אין יעדן אספעקט.
וואספארא ווערטער נוצט מען צו באשרייבן העכער "זעכציג טויזענט" אידן וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען אפאר טאג פאר קבלת התורה ווידערמאל אויסצושרייען דעם אידישן רוף: נעשה ונשמע אמרו כאחד?!
וואספארא ווערטער נוצט מען צו אראפמאלען אזא גאלעריע פון די גרעסטע צדיקים וגאונים וואס כלל ישראל פארמאגט, וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מיט איין ציהל: להשמיע את דבר ה'?!
די ווערטער זענען טאקע נישטא, אבער דער תכלית און רוף פון דעם כינוס איז קאי וקיים. כלל ישראל אין דעם דור פון עיקבתא דמשיחא איז געפלאגט געווארן מיט גרעסטן נסיון וואס עס איז נאר אמאל געווען פארהאן, דער אינטערנעט.
און אויף דעם זענען זיך שלומי אמוני ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן, זיך צוזאמגעקומען פאר א "התעוררות רוף" לעמוד ולהקהל על נפשינו אין די מים הזידונים וואס בוזשעוועט.
פאר אונז תלמידי וחסידי סאטמאר איז דער פראבלעם בכלל נישט קיין חידוש. רבינו שליט"א איז שוין מתריע בשער פאר א לאנגע תקופה איבער דעם ביטערן און שרעקליכן פראבלעם. אבער נישט נאר מתריע, נאר טראגט דעם אחריות פון א מנהיג ישראל צו טון אלעס אין די וועלט צו פארבעסערן און טוישן דעם מצב.
אנהייב דעם ווינטער האט רבינו שליט"א צוזאמגערופן אין ביהמ"ד הגדול אלע עלטערן פון די תלמידי ותלמידות המוסדות הקדושים און ליארעמט איבער דעם סעלפאון וואס מ'געט פאר קינדער. עס איז דאן אויפגעפאדערט געווארן פונעם ציבור פארשידענע תקנות וואס די מוסדות וועלן אינפארסירן.
אינדערצווישן האט זיך געשאפן דער "איחוד הקהלות לטוהר המחנה", און רבינו שליט"א האט געזען דערין א פאסיגע געלעגנהייט זיך צו מאחד זיין מיט א כח הרבים און אדרעסירן דעם פראבלעם, און מטכס עצה זיין וואס מ'טוט ווייטער.
רבינו שליט"א האט באשלאסן טאקע ארויסצושיקן דעם ציבור צום מעמד נעכטן, צו פארשטערקערן דעם כח הרבים און דערמיט דערקלערן אז דער פראבלעם איז א פראבלעם פאר יעדן איד באשר הוא שם, נישט נאר פאר חסידישע אידן, און נישט נאר פאר ליטווישע אידן, נאר פאר יעדן איד וואס איז א שומר תורה ומצוות.
דאס איז אנבאלאנגט דעם התעוררות חלק.
בנוגע הלכה למעשה, האט רבינו שליט"א אויך נישט גערוהט. ער האט גערופן אסיפות מיט טעכניקער און ביזנעס-לייט, מומחים אין דעם פעלד, ארויסצוקומען מיט די פאסיגע לעזונגען צו דעם פראבלעם. יא, אמת עס זענען שוין דא פילטערס אויפן מארקעט, אבער רבינו שליט"א טראגט אויף זיך דעם אחריות אלס דער מנהיג העדה, וואס עינינו בו תליות, און פארלאנגט די עסקנים זאלן צושטעלן א פילטער וואס זאל קענען דינען אלע סארט ביזנעסער זאלן קענען פונקציאנירן אויף וויפיל זיי דארפן דורכן אונטערנעט, און קיינער זאל נישט האבן א תירוץ אז מיין ביזנעס איז אנדערש.
הערשט די פאריגע וואך איז צושטאנד געקומען דער ערשטער דורכברוך אין דעם פעלד, ווען אויפן רוף פון מרן רבינו שליט"א האבן אריבער הונדערט אינגעלייט בני תורה געטוישט זייערע טעלעפאונען צו די מאושר טעלעפאונען, וואס מ'קען נאר טעלעפאנירן און נישט שיקן טעקסט מעסעדזשעס אדער ח"ו האבן צוטריט צום אינטערנעט.
אזוי אויך האט רבינו שליט"א באאויפטראגט די עסקנים זאלן ארויסקומען מיט א מאושר טעלעפאון וואס זאל זיין געאייגענט פאר ביזנעס אינגעלייט און בעלי בתים, וואס דארפן יא צוקומען צו טעקסט מעסעדזשעס אדער אימעיל. און לויט ווי מ'הערט דארף אין די גאר נאנטע תקופה ארויסקומען דער שפאגל נייער מאושר טעלעפאון פאר בעלי בתים.
לדעת את המעש אשר יעשון, האט היינט, א טאג נאך דעם גרויסן מעמד, רבינו שליט"א ווידעראמאל צוזאמגערופן די רבנים וחברי הביד"ץ דקהלתינו הק', און אזוי אויך כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א און חשובע עסקנים, צו שטעלן דעם יסוד פאר די שטרענגע תקנות וואס וועלן ארויסקומען אין די טעג דורך קהלתינו ומוסדותינו הקדושים, וואס וועלן מחייב זיין יעדן איינעם אן אויסנאם, און אזוי אויך צוצואיילן די עסקנים ארויסצוקומען מיט די לעזונגן פאר די אידן וואס דארפן יא דעם אונטערנעט לצורך פרנסה, אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן על דרך התורה.
כלל ישראל בכלל, און תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט, קוקן שטארק ארויס אויף די הצלחה פון רבינו שליט"א אין דעם ענין, און זענען מתפלל אז דער סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז אהער זאל אים באגלייטן ווייטער ער זאל קענען שטיין בראש פון די עדה הקדושה און אונז פירן אויף דעם ריכטיגן וועג המסורה לנו מאבותינו ורבותינו הקדושים.

תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 22/05/2012 01:27:15