ווי מרן רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דברי תורה
די דינער קומט פאר אין די זאלן פין ראז קעסעל
|
אזוי? רבי אהרן האט נאכגעזאגט סאלאמאן'ס דרשה? נישט מער און נישט ווייניגער, רא"ט חזר'ט איבער ר' מתתי' סאלאמאן'ס דרשה ביים יט"ל דינער רבי אהרן האט אויך נישט געטראפן קיין גרעסערן פראבלעם אין צה''ל ווי ביטול תורה? נעבעך נעבעך, נאך אנברענגען שעות ארוכות מיט ביטול תורה אויפן גרעסטן מאס, יונגע 13 יעריגע בחורים'לעך אוועק געשלעפט פון די גמרא'ס זיי געפענט די אויגן, מיט שיינע גרויסע פלאקאטן LETS GO METZ און נאך אנדערע תמונות תועבה, האבן זיי -כדי צופרידן שטעלן די פאר קנאים- מוחה געווען אויף דעם טרפה'נעם צה''ל, און מיט וואס? מיט ביטול תורה...,
און כדי צו פארענטפערן דעם מנעץ זיין א חרב חדה אין הייליגן ויואל משה, שרייען זיי אז כ''ק אדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א האט אויך געזאגט אקאראט די זעלבע ווי הרב סאלאמאן, געלעכטער, די ברענגסט א געלעכטער ביים ציבור, די האסט א פנים ווי יענער וואס קען נעבעך נישט זינגען און יעדער ניגון זעט ביי עם אויס אקאראט די זעלבע, רבי אהרן האט אראפ געלייגט די גזירה פון גיוס בני הישיבות בטוב טעם ודעת, ער האט ארויס געברענגט וואס צה''ל מיינט, די זימה וזוהמה וואס דארט גייט פאר, ער האט געהאקט אין טיש, (ענטשולדיגט! אין שטענדער) היתכן די וועלט איז שטיל, ארץ ישראל האט געדארפט נזדזע ווערן ת' פרסה על ת' פרסה, דאס איז א גזירת כלי' רח''ל אויף רבבות בני הישיבות, מען האט קלאר געקענט זען א חילוק פון א קנאי צו איינעם וואס איז נעבעך אנגעזאפט מיט ציונות,
איי, איז דארט געווען א געלעגענהייט אויסצושרייען דאס וויי געשריי אקעגן די גזרה פון גיוס בני הישיבות וואס איז מיט קיין שמץ נישט קיין קלענערער אומגליק פון אינטערנעט, אדרבה ואדרבה, אבער דאס איז ציונות, און פון א ציוני קען מען נישט ערווארטן מער, און מיט די ציונים האט עטץ ענק מחבר געווען, מיינסט טאקע אז דער הייליגער דברי יואל וואלט אויך געזעצן אין סיטי פיעלד סטעדיום זיך צו הערן צו הרב סאלאמאן און וואקסמאן?, נאר צו טראכטן אזוי איז דער גרעסטער בזיון פארן הייליגן דברי יואל זי''ע, אבער היינט ביי די זאליס פאר אביסל פאליטיק איז אלעס מותר.
|
[בילד – נישט אפגעהיט] | |
| info@bhol.co.il |