עסקני ק''ק סאטמאר האבן היינט אינדערפרי אפגעהאלטן באראטונגען איבער א סאטמארער כינוס הענקי, אין די נאנטע טעג
צוליב די נעכטיגע גרויסע מכשולות ביים גרויסן כינוס כלל ישראל
1) געטרעטן אויף מסורת האבות קעגען הארבקייט פון זאגען און הערן דרשות בלשון עם זר
2) ׂגרויסע און באמבאסטישע ווידעא סקרינס מיט מגושמ'דיגע און הולטייאישע אנאנסן ארום
3) דברי מינות און כפירה אין הרב סאלאמאנ'ס דרשה בנוגע גיוס בני הישיבות
4) קיין שום פייערדיגע אדער זאכליכע דרשה וואס עס זאל עלעקטעריזירן די רבבות משתתפים
5) קיין שום קלארע רעזאלוציעס אהיים צו טראגן
6) לאנגווייליגע און לאנגע דרשות, מיט א דורכגעפאלענע פראגראם
7) א מיש-מאש פון אגודת ישראל, דגל התורה און סאטמאר החדש
8) גדולים פון אגודה אנערקענט אלס מצילי הדור
טייל ביי די אסיפה זענען געווען ביי די מיינונג אז יעצט איז שוין צייט אויף מעשים, נישט קיין אסיפות און דרשות
די החלטה וועט מרן רבינו שליט''א מאכן בעז''ה.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 17:51:48