און נאר אין דעם אשכול.
און נאר אין דעם אשכול.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/05/2012 08:29:04
For Zalis Was NO Chadushes, only 3 NEW things: 1) 60,000 ppl from all kriezen 2) English Drushes 3) Big Vidio Screens ...
איך טרייב נישט איבער איך הער עס פון איינעם וואס איז געווען דארט
א געוואלדיגע מעמד קידוש השם מיט רבבות ישראל מיט א לב אחד לאבינו שבשמים
אבער קיין שום ערנסטע רעזאלטאטן פון טעכנעלאגיע
שוואכע און לאנגזאמע דרשות קיין איין דרשה איז נישט קיין פיפס פון די שוואכסטע דרשות פון א כ"ו אב אדער ניסן און ניטאמאל ווי א גוטן רעדנער ביי אונז,
נאר רב וואזנער מיטן האקאפ האט היבש באצויבערט דעם היימישן ציבור ובפרט אז ער האט געגעבן עפעס א רעזאלאציע פון א פסק הלכה און אקאראט וואס רבינו שליט"א האט שוין געפסקט און געפאדערט אז יעדער זאל ארויסווארפן די כלים פון שטוב און אויך ביי די ארבעט זאל זיין די שטערקסטע פילטער און מזאל דאס אינפארסירן פון די מוסדות
אבער גיי ווייס פארוואס מהאט ניטאמאל איבערגעשמועסט די רעזאלטאטן פון די נאכט אז דאס איז פערטיג א קאמפיוטער איז מער נישט אין א אידישע שטוב וכדומה
איבער ענגליש איז א מאסיווער דורכפאל רוב דרשות אויף ענגליש אדער יענץ אידיש קבלת עול מלכות שמים מנחה מעריב זיך געפינען אויף א רייזע אין לעיקוואד אדער ווי א פליגער קיין מירון
יעדער געשפירט לאנגווייליג טייל ביי אידיש און טייל ביי ענגליש און רוב ביי ביידע
די זאליס ווילן הארגענען די עסקנים זיך איינרעדנדיג אז זיי זענען שולדיג אין דער צייט וואס ודי ברירות זענען ממילא נישט געווען קיין גרויסע צו רעדן 5 שעה פאר 30 טויזנט אידן א שפראך וואס זיי קענען נישט נאר צוליב די 12 טויזנט חסידישע
בקיצור דער ויהי ממחרת איז איום ונורא
עכ"פ כמה גדולים דברי חכמים דער רבי שליט"א האט געפרעגט וואס גייט זיין די רעזאלטאטן און דאס פרעגט יעצט יעדער וואס איז דארט געווען און איבער ענגלישט שפירט יעצט יעדער זאלי אז רבינו איז עפעס יא א שטיקל רואה את הנולד און האט דעם קאפ אויפן פלאץ
וואס איז יא ארויס די רעזאלטאטן ר' זלמן איז ארויס א לינקער געקנייטשט מיטן פנים וואו א מאדנער פארשוין זיך שפירענדיג וואו די הויט ברענט אונטער דעם אידיש ענגלישן מעמד אדיר מיט קלאטשערייען ווי אין פייוו טאונס
און געווארן ללעג ולקלס ביי די וועלכע ער האט איינגערעט אז ער איז דער אמתער קנאי און גייט מיט זיין נעימות האטעראר קעגן די אהרונים מיט עקירת התורה צוליב עת לעשות לשם ממש לש"ש נאר ווייל די פאלשע קנאות זיינע זאל אנגיין
אבער דאס פליפ פלאפ פאטשט אין פנים אלע פרינציפן פון רבותינו הק' האסטו נאכגעגעבן פאר אביסל איינרעדעניש פון האבן א שיינעם בילד מיט ר' לייביש און ר' מאטעלע אבער יעצט איז דערפון גארנישט געבליבן חוץ איין בילד אין דער איד אויב מוועט אלס שעת שמד מתיר זיין
און דאס איז דאס אויף וואס ער האט נעבעך געיובלט ביי של"ש אז מיר קענען טאקע נישט אויפטון אבער יעצט מיט א כח הרבים וועט מען אויפטוען
דערווייל האט ער אריינגעפירט טייל סאטמארער אידן וואס האבן אין לעבן נישט געזעהן קיין ווידיא און יעצט געשטאנעם און נישט אראפגענימען קיין אויג פון די הייליגע אינטערנעט סקרינס גרויס וואו דעם גאנצען זאל
דאס הויעכפונקט וואס בלייבט יא איבער ערנסט גערעט אז יעדער רעדט פון אינטערנעט וואס דאס איז שוין געוווען אייגנטליך בעפאר די אסיפה און דער אסיפה איז געווען בלויז אלס מעמד ההתעורת רחמים צו שרייען צום באשעפער זאל רחמנות האבן אויף כלל ישראל
עכ"פ אויב וויל יא קוקען אויף תכלית האט טאקע וואקסמאן צום סוף ארויסגעברענגט אז די כינוס איז בלויז געווען א התחלה פון העוררת און טאקע נאכנישט אינגאנצען למעשה נאר יעדער ביי זיך וועט מאכן גדרים וסייגים ווי ווייט מעגליך
און טאקע יעצט הייבט זיך אן די מערכה ווען האפענטליך וועט יעצט כאטש יעדער זעהן אז סאיז דא איין עצה אז יעדע קהלה זאל טון ביי זיך און בשם השם וועט אי"ה יעדער מצליח זיין טאקע בזכות הרבים וואס זענען דארט געווען און מתפלל געווען אינאיינעם און סיי וער סנישט דארט געווען
ויתגדל ויתקדש שמי' רבה
תוקן על ידי גרוינים ב- 21/05/2012 09:45:38
דאס איז געווען די גרעסטע הכתרה ווי מען האט אויפגענומען האדמו״ר אדונינו ורבינו מהר״א ט״ב שליט״א לאבדק״ק סאטמאר יצ״ו , ער האט געוויזען וואס איז די דרך פין סאטמאר, אין אזוי האט די רבי ז״ל אויסגעקוקט פאר פיפציג יאר ציריק, אחד בדורו וואס האט געזעהן א פראבלעם.
לאמיר דאס ציצונעמען אויף קליין געלט; מען רעט, יעדער רעט, ר' זלמן לייב ביים ל״ג בעומר טיש רעט אויכעט! אז וואס? אז מען האט געמאכט גרויסע תנאים, מען האט געברנגט ר' חיים יושע פין מאנסי ער גייט דורך קוקען די דרשות, עס גייען נישט זיין קיין סקרינס, מען גייט נישט רעדן ענגליש נאר דא דארטן עס ציגעבן ציפארשטיין, ( דאס הייסט אז קיין דרשה בלשון עמים גייט נישט זיין נאר א איבערטייטשער, כעין דער סקולענער זוהן האט געטוהן) . אין יעצט מען האלט נאכדעם איז עס געווען עפעס אנדירשט וואס מען האט געמיינט פין פארדעם???? גאררררררננננישטטטטט! גיי רעד יעצט צי א זאלי וואס וועט ער זאגן אז די זאכן האט די רבי געלאזט נאר די פויפסט פין רוים האט געדארפט רעדן דאס האט מען ארלעדיקט! דער וואס לאכט די לעצטע דער איז די געווינער.
|
תוקן על ידי IAMSMART ב- 21/05/2012 19:55:25
|
|
|
|
|
|
תוקן על ידי גרוינים ב- 21/05/2012 23:01:03
big music fan of shwekey fried etc, sports fan of Yankees, giants, and devils #teamfollowback
Lakewood · The whole asifa was like a UN conference, mulity languages, no one understands what's the point, and no real resulting at all. #citifield
תוקן על ידי גרוינים ב- 22/05/2012 00:36:11