כ'האב שוין געזען א ים מיט אשכולות דערוועגן, אבער איך וויל פארט ארויסברענגען מיינע צוויי צענט.
איך האלט אז תלמידי וחסידי סאטמאר קענען און דארפן - לדאבונינו - זיך קלאפן אויף די פלייצע, און צוריקקוקן מיט 13 יאר און זאגן: יא, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און זיינע געטרייע תלמידים וחסידים שומעי לקחו, זענען געווען ביטער גערעכט!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט מקבל געווען אויף זיך די הנהגה פון קהילת סאטמאר, קעגן דעם ראט פון גוטע פריינט, בלויז כדי עס זאל איבערבלייבן א שם ושארית פון די הארעוואניע פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט נישט געוואלט איבערלאזן די הנהגה אין סאטמאר פאר [ערליכע] אידן וועלכע בייגן זיך לויט יעדן בלעטל פונעם ווינט, לויט ווי ס'בלאזט אין יענע מינוט!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט באשוואוירן זיין זון ר' זלמן לייב אז ער זאל נישט נעמען אויף זיך קיין עניני הנהגה!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט זיך אויסגעדרוקט מערערע מאל אז "איך קען מיין זון ר' זלמן לייב", און מ'קען אים נישט געטרויען מיט קיין הנהגה, זיכער נישט פון די הייליגע סאטמארע קהילה!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט אונז אנגעזאגט מערערע מאל אויף פארשידענע אופנים אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז דער ריכטיגער ממשיך דרכו וממלא מקומו פון רבותינו הקדושים זי"ע, ובלעדו לא ירים איש את ידו ואת רגלו!
אינעם יעצטיגן מאמענט, ווען עס שטעלט זיך קלאר ארויס אז דער נועם הארץ רז"ל ט"ב האט פאר נארישע פאליטישע חשבונות פארקויפט דעם נאמען סאטמאר פאר א נזיד עדשים, און זיך געבראכן צום דרוק פון דרויסנדיגע רבנים - כבודם במקומם מונח - דורך צוברעכן דעם חומת ההתבדלות און צוזאמשטעלן סאטמאר אינאיינעם מיט אזוינע פארטייען און גרופעס וועלכע זענען קעגן אלעס וואס רבותינו הקדושים זי"ע האבן אונז געלערנט, און ער האט נאך מיטגעשלעפט מיט זיך די א.ג. 'דיינים' וועלכע זיצן אויף זיין פעיראלל.
ווען עס שטעלט זיך ארויס אז מרן רבינו שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג ישראל, וועלכער איז שוקל און דן יעדע נושא לעומקן של דברים, באזירט לויט די פעלזן פעסטע פרינציפן וואס ער האט מקבל געווען פון אונזערע הייליגע רבי'ס זי"ע, און האט נישט מורא צו לאזן הערן חוות דעת תורתו אן קיין שום מורא פאר מה יאמרו הבריות און קיין שרעק פון דרויסנדיגע פרעשור - טראץ וואס יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז פאליטיש האט ער זייער אסאך דערלייגט דערפון.
יעצט איז די ריכטיגע צייט צוריק צו קוקן און זען ווי ווייט עס האבן געזען עיניו הבדולחים פון רביה"ק זי"ע, און דאנקען דעם אויבערשטן אשר לא השבית לנו גואל, און האט אונז חונן דעת געווען נישט אריינצופאלן אין די אומצאליגע נעצן וואס די סטרא אחרא האט פאר אונז אויסגעשפרייט, אמאל כעכו"ם נדמה לו און אמאל כת"ח נדמה לו, צו קענען זיך אנהענגען באילנא דחיי, מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ולאורו נסע ונלך עד ביאת משיח צדקינו.
יישר כח ר' זלמן לייב, פאר'ן אזוי קלאר און דייטליך צייגן פאר די גאנצע וועלט, למי החותמת ולמי הפסולים!
תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/05/2012 04:42:33