היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 6:51 , סטאדיום שוין האלב פיל

6:51 , סטאדיום שוין האלב פיל

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959984

רבי_יונה » 21/5/2012 01:54


 מיין ערשטע אינפארמאציע אז אום 6:51 איז דער סטאדיום שוין האלב פול.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 01:56:37

רבי_יונה » 21/5/2012 04:12




סקולענער רבי שליט'א זאגט דברות קודש  אצינד 9:00, און דער ציבור  שטראמט ארויס און פארלאזט אין די מאסן

א חרפה און בושה, אז מען האט נישט קיין געדולד אויסצוהערן עטליכע מינוט דעם הייליגען ארגאניזירער פון כינוס

רבי_יונה » 21/5/2012 04:14


אום 8:45 איז די סטאדיום געווען גאר פיל. די אנדערע זאל  ארטער עזש איז בלויז 20 פראצענט פול

רבי_יונה » 21/5/2012 04:25


הגר''ש וואזנער שליט''א הערט מען יעצט  אין 9:15 דורך א פריער רעקארדירטע דרשה דורך א הוק-אפ.

די צענטראלע רעדע מיט פאטאס און זאפט
האט מען געהערט בשפת העמים אויף ענגליש,
אינעם פריימטיים (חשוב'סטע צייט)
פון אווענט דורך הגאון ר' אפרים וואקסמאן שליט''א, ראש ישיבת מאור יצחק
 וועמען מען האט הילכיג אפלאדירט עטליכע מאל אינמיטן זיין רעדע

רבי_יונה » 21/5/2012 04:30


לויט זשיבויער רב'ס רעדע בשם הרבנים, דארף מען ארויפלייגען א פילטער אויפן קאמפיוטער סיי  אין שטוב און סיי ביי די ארבעט, און נישט אריינלאזן אין א שטוב א קינד וואו עס געפינט זיך א קאמפיוטער אן א פילטער

ריפל » 21/5/2012 04:30

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]



סקולענער רבי שליט'א זאגט דברות קודש  אצינד 9:00, און דער ציבור  שטראמט ארויס און פארלאזט אין די מאסן

א חרפה און בושה, אז מען האט נישט קיין געדולד אויסצוהערן עטליכע מינוט דעם הייליגען ארגאניזירער פון כינוס


מאך דיר נישט נעריש. די עולם שטראמט נישט ארויס. 

רבי_יונה » 21/5/2012 04:33


דו ביסט דארט? אדער דארט געווען 9 אזייגער?

עס זענען נאך אלץ פארבליבן רבבות אידן צו הערן די דברות קודש פון סקולענער רבי'ן , טראץ די מאסן ארויסשטראמעריי

ריפל » 21/5/2012 04:37

דו ביסט דען יא דארט?

רבי_יונה » 21/5/2012 04:38


אויך בשעת הרב וואזנער'ס דרשה שטראמט מען ארויס אין די מאסן צוליב די די אומקלארקייט, אזויווי ביים סקולענער רבין.


הרב  הגאון רבי דן סג''ל פון ארץ ישראל הויבט יעצט אן  9:37 זיין רעדע אויף אידיש מיט גרויסע בכיות

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 04:46:00

רבי_יונה » 21/5/2012 04:44


 א נישט באשטעטיגטע באריכט :
פסק גדול פון הרב וואוזנער שליט''א , אזויווי  די הוראה פון סאטמארער רבי שליט''א , אז אין שטוב טאר מען נישט האבן קיין קאמפיוטער אפילו מיט די בעסטע פילטער, און די מוסדות התורה זאלן נישט אננעמען א תלמיד\תלמידה אין  מוסד אויב די עלטערין האבן א קאמפיוטער  אין שטוב אפילו מיט די בעסטע פילטער.
אויב עס איז ריכטיג די באריכט, איז דאס א פעסטע  און ריכטיגע החלטה לגדור גדר ולעמוד בפרץ

ריפל » 21/5/2012 04:46

באשטעטיגט. ריפל

רבי_יונה » 21/5/2012 04:46


הרב סג''ל רעדט מיט גרויסע בכיות

ריפל » 21/5/2012 04:50

גאר שארפע ווערטער פון הרב וואזנער שליט"א אז ווער עס לייגט נישט קיין פילטער האט די דין פון א פורץ גדר, און עס וועט מקיום ווערן אויף אים וואס די תורה זאגט אויף א פורץ גדר

רבי_יונה » 21/5/2012 04:52



הרב וואוזנער שליט''א האט קלאר גע'פסק'נט
 אנדערש , כלפי א קאמפיוטער אין שטוב
 אפילו מיט א פילטער, ווי דער זשיבויער רב פון קאנאדא
 האט אויסגערופן ברבים, בשם די מייסדי הכינוס

 דער גדול הדור הרב וואוזנער שליט''א איז זיכער בכח מחולק צו זיין אויף הגר''מ סאלאמאן און סקולענער רבי  שליט''א

אין לנו אלא דברי בן עמרם


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 04:53:14

רבי_יונה » 21/5/2012 05:16

יעצט א פערטעל נאך 10 האט מען אונטערגערוקט א צעטיל פאר הרב סג''ל
 אז ער זאל שוין מסיים זיין ווייל דער ציבור צעלויפט זיך.

אויך פאר'ן זשיבויער רב האט מען געהאט אונטעגערוקט א צעטיל אז ער זאל שוין ענדיגען זיין רעדע , ווייל ער איז געווארן לאנגווייליג

דער זשיבויער רב האט בהבלעה דערמאנט א ווארט קעגען אלגעמיינע  התייסדות ציונות אבי יוצא צו זיין.
 
קיין איין ווארט נישט געזאגט קעגען מזרחי און אגודה, אפילו נישט ברמז


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 05:20:44

רבי_יונה » 21/5/2012 05:24


 הגאון  האדיר רבי מתתי' סאלאמאן שליט''א מכובד געווארן מיט דברי נעילה
.
די בני תורה זינגען לכבודו א ניגון בעפאר זיין רעדע

ער רעדט  זיין רעדע אויף ענגליש , און ווערט אפלאדירט  מיט'ן רעדן פאר'ן רעדן אויף די ענגלישע שפראך

רבי_יונה » 21/5/2012 05:26


די בני תורה האבן געזינגען ימים על ימי מלך תוסיף וכו'
פאר'ן לעיקוואודער משגיח, און די חסידים האבן געשישקעט

ריפל » 21/5/2012 05:26

ווידער א דרשה אין עגליש א דורך עפעס אן עסקן סאלאמאן....

רבי_יונה » 21/5/2012 05:30


דער לעיקוואודער משגיח שטורעמט בשפת העמים

ער איז אן אייזערנער רעדנער, און מאכט א האום-ראן אינעם סטאדיום

ריפל » 21/5/2012 05:31

ער האט געזאגט אז רוב עולם קען נישט קיין אידיש דעריבער וועט ער רעדן אין ענגליש, דער עולם האט זיך גענומען הילעכיג קלאטשן

רבי_יונה » 21/5/2012 05:33


די מעכטיגע סקרינס אין סטאדיום  האבן שטארק ארויסגעהאלפן די  קרוב צו 40 טויזנט משתתפים

ריפל » 21/5/2012 05:38

[בילד – נישט אפגעהיט] 

הגז"ל מיט באדווייזער, GRAB SOME BUDS. FOX NEWS, GO METS GO
נישט שיין, אזוי וויי טוהן פאר'ן ברודער בעל ברך ליפא. און לויט ווי די זקני רבינו ז"ל גיבן טאקע איבער, האט די רבי זייער שטארק ליב געהאט באדווייזער, און ווען ער האט איינגעפירט די מסורה פון לאנג איילענד ווייץ, האט ער אויך איינגעפירט די מסורה פון באדווייזער, און געהאט גאר הויעכע כוונות דערביי, לויפער גרייט שוין אן א חיבור אז מילער און אנדערע קאמפעניס איז ממש קעגן די מסורה 

תוקן על ידי ריפל ב- 21/05/2012 05:41:07

רבי_יונה » 21/5/2012 05:38


  דער משגיח הרב סאלאמאן האט געזאגט  אין זיין ענגלישע רעדע
 אז גיוס בני הישיבות אין אר''י איז דער פראבלעם אז עס גייט פעלען די תורה. 
  עס וועט זיין א גרויסע ביטול תורה, ווען די בני תורה וועלן דינען אין צה''ל.
 

הרב סאלאמאן טייערער , גיוס בני הישיבות איז לדעת גדולי ישראל ביהרג ואל יעבור , נישט בלויז ביטול תורה


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 05:38:40




תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/05/2012 05:40:53

שלמהווייס » 21/5/2012 05:40


[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 21/5/2012 05:57


נאך תפלת השל''ה און  קבלת עול מלכות שמים דורך הרב וואקסמאן
און אן אנדערער ליטוואק , זינגט מען יעצט וטהר לבינו אויפ'ן סקולענער תנועה
בהשתתפות אלפי ישראל.

רבי_יונה » 21/5/2012 05:57


 תפלת מעריב בשעה 11:00

רבי_יונה » 21/5/2012 05:59


 תפילת מעריב במתינות ובהתלהבות דורך א ליטוואק

רבי_יונה » 21/5/2012 06:06


אויפ'ן וועג ארויס האט שאול פערלשטיין געזאגט: אלעס בלייבט ביים אלטן

רבי_יונה » 21/5/2012 06:08


רבי שמואל דישון שליט''א בעל תפלה ביי מעריב

בן_אהרן » 21/5/2012 06:13

יישר כח רבי טויב פאר די באריכטן
כ'וועל זאגן ברכת התורה
און זיך אביסל אנלאנען פארן פארשטייענדיגן טאג

ריפל » 21/5/2012 06:30

און בכלל, פון ווי האבן די חסידישע אידן געהאט א היתר צו טאנצן ספירה?