עס איז מאנטאג אינדערפריע, מ'האלט שוין נאכן כינוס, מ'האט שוין תהילים געזאגט אויף הרב אלישיב, מ'האט שוין בארומט הרב שטיינמאן, מ'האט שוין געהערט דברות קודש מאת הגה"צ לוחם מלחמת ה' צדיק וישר החסיד המרומם מזקני תלמידי רבינו ז"ל נאך פון קראלע פסח קראהן שליט"א, מ'האט שוין זיך צוזאמגעזעצט מיט מזרחי און אגודה און אוודאי די ערליכע אידן פון פייוו טאונס, מ'האט זיך שוין צוזאמגעזעצט מיט די מחללי שבתות בפרהסיה אין ווילי (די עירוב טראגער), מ'האט שוין אנגעלערנט דעם אהרנ'ן, מ'איז שוין געווארן די נועם המידות, מ'האט זיך שוין צוקריגט מיט די אייגענע מחותנים און דיינים, מ'האט זיך שוין באזכיעט, מ'האט שוין געראטעוועט מוסדות חסד לאברהם, מ'האט שוין געגעבן פאר 13 יעריגע בחורים טיקעטס וועלכע האט בילדער פון נשים נוכריות אויף די צווייטע זייט מיט א קיופאן פאר ווידיאס און געימס, מ'האט שוין געהערט די דרשות אויף אלע 70 שפראכן, ר מאטאלע האט זיך שוין פאטאגראפירט, דער עולם איז שוין אנציקט געווארן פון די ריזיגע אדווערטייזמענטס פון קהילה הקדושה באדווייזער און מוסדות הקדושים פאקס ניוז, אינגלעך מיט ישיבה קטנה בחורים האבן שוין פינטקלעך געהערט וואס מ'טאר נישט טוהן בפירוט הדיק היטב, שוין באליידיגט אלע רבי'לעך אאון ראשי הישיבות וועלכע זענען נישט געזין אינעם סאמע אויבן אן ווי די טעלעוויזיע האט א גוטן בליק, און יעדער ווייסט שוין באמת אז הגז"ל איז דער סאטמארע רבי אין די גאנצע וועלט.
וואס איז יעצט?
מ'האלט שוין א טאג שפעטער, ממש אן עולם הפוך ראיתי. דער עולם האט געמאכט א גרויסע מדורת אש און מער נישט דא קיין טעלעפאנען, די עולם דרייט זיך מיט טייפרייטערס אין טאש, די ביזנעס לייט וועלכע האבן קוראדש האבן א ביפער. עי.טי. ענד טי. האט אריינגעשטעלט די פאבליק טעלעפאנען אין יעדע ווינקעל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, פלעטבוש, פייוו טאונס, ועוד. די בענק קראכן נישט קענען נאכקומען די פארלאנג פון קוואדערס. די טעלעגראמען קאמפעניס זענען צוריק אין ביזנעס, מר. צוקערבערג האט זיך גע'גט מחמת עגמת נפש, גוגל האט זיך פארמאכט, דער עולם קויפט די גרויסע באקס קאמפיוטערס צוריק מיט די שווארץ און ווייסע סקרינס, דער עולם שיקט מעסעדשעס מיט פייגלעך, ועד כלל ישראל ערלויבט צו ניצן נאר כשר'ע פייגלעך, און נעבעך נאר די אפגעריסענע ארוינים האבן אזא מין כלי וואס הייסט טעלעפאן און א קאפיוטער, או ןב"ה כי לא השבית לנו גואל, און דער אייבערשטער האט אונז געפירט אזא מנהיג אמת ווי הגה"צ אדמו"ר מזענטא שליט"א, ואחיו הקטן הגז"ל שליט"א.
כי לך טוב להודות