היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בחור ארויסגעווארפן פון קווינס פאר אפכאפן שאפראנער'ס דרשה

בחור ארויסגעווארפן פון קווינס פאר אפכאפן שאפראנער'ס דרשה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959939

FiveBoro » 20/5/2012 22:51

א בחור פון די קווינסער ישיבה וועלכער האט אפגעכאפט די דרשה פונעם שאפראנער און עס פארשפרייט, איז געווארן ארויסגעווארפן די פארגאנגענע וואך.

זיינע צובראכענע עלטערן האבן שוין אנגעוואנדן אלע סארט מיטלען, אבער די ישיבה וויל אים נישט צוריקנעמען, צוליב זיין חוצפה צו רעקארדירן און פארשפרייטן א דרשה פונעם מחותן וואס איז נארוואס געווארן אויס קדוש, און אויס באגלייבטער תלמיד פון רביהקוה"ט זי"ע.

אלעס ווייל מען לאזט צי א צווייטנס מיינונג.

בן_אהרן » 20/5/2012 22:53

נאו פראבלעם
דער שאפראנער וועט אים גערן אריין נעמען אין זיין ישיבה
ברשות חתנו השרף מבלעקבערי שליט"א

איציק_מיכל » 20/5/2012 22:56

איך הער אז מ'האט געסטראשעט עפעס א משפיע טייטלבוים

אז אויב ער הערט נישט אויף צו העצן אנטקענגן די כינוס

קען ער נעקסטע זמן ווערן א משפיע אין שאפראן

בן_אהרן » 20/5/2012 23:28

דער שאפראנער רב האט דירעקט געוואלט מ'זאל אפטעיפן די דרשה
ער האט שוין געלאזט וויסן נאך פון עש"ק אז ביי שלש סעודות גייט ער רעדן
דברים העומדים על הפרק-איז אויב נישט דער בחור-וואלט דאס א צווייטער אפגעטיעפט
ממילא לאזט דעם בחור לעבן
מילא אז ער כאפט ווען אויף ר' נפתלי בלומענפעלד'ס דרשות וואלט דאס טאקע געווען א חטא

גרוינים » 20/5/2012 23:51

רחמנות געפיל ביי די זאליס שפילט נישט יעצט ווען מזאגט אנדערש און מאיז בונה וסותר 
ביי זיי שפילט נאר רחמנות געפיל ווען ר' זלמן קומט אריין אין ראדני און שטויסט ארויס דעם ברך משה מיטן גאנצען ציבור דאן איז ער וועלטס רחמנות 
אדער ווען די בני המן לייגען זיך אונטערן טרעקטער ביי קהלס לאט ביי די רביצין דאן איז דער פאליציי מיט די אנוועזענהייט פון KJPS אלע רוצחים גמורים זייט ביראת העולם 
אבער נטורי קרתא האט מען געמעגט אריינשארן אין תפיסה בלויז פארן רעדן הויעך נעבן ראדני מרעדט נישט פון אונטערלייגן אונטערן טרעקטאר
ווער רעדט נאך פון זייער טעראר ביים עירוב מיטן שיסן פענסטער און אראפשלעפן שייטלעך
און דאס איז נאר קליינע ביישפילן פונעם גרויסן הא לן והא להו 
ממילא קענסט טאקע טראכטן אז נתפלי ליינט הייד פארק אבער דער בחור איז א פארטיגער לדעתי לדעתי קענסט וויינען ביז מארגן קענסט נאס מאכן קישענעס דער בחור איז ארויס אויף לעולם מוועט איינמאל ווייזן פאר די בחורים אז סנישט הפקר קיינער קען נישט זאגן אנדערש פון די פארטיי אויב רעקאדירט מען א דרשה פון א אהבה מסתרת'ניק איז עס אחת דתו ווי ערגער ווי אין די נ' יארן ווען מהאט געטשעפעט משה גבאי'ן וחביריו



תוקן על ידי גרוינים ב- 21/05/2012 00:05:14